א רוסישע קריגס דזשעט איז פילמירט געווארן צווינגענדיג אַ אמעריקאנער עף-15 זיך אוועקצודרייען און טוישן גאנג, דורכ'ן פליען מסוכנ'דיג נאָענט צו די אמעריקאנער פליגער.

אין א ווידיא וואס פארט ארום אויף רוסישע סאשעל מידיאַ, זעהט מען וואו די סו-27 פייטער קומט אן אויף די רעכטע זייט פון די עף-15 און מאכט אַ שאַרפע לינקס. די אמעריקאנער פליגער האט נישט געהאט קיין ברירה, און געמוזט מאכן א באוועגונג ארויסצושפרינגן פון די וועג פונעם רוסישע ווילדער פליגער, אויסמיידענדיג א צוזאמשטויס מיט קוים עטליכע פיס!

די פּענטאַגאָן האָט באשטעטיגט אז אַ רוסישע דזשעט איז געקומען געפערליך נאָענט צו זיין איינע פון אירע פייטערס איבער די שווארצע ים, די וואך מאנטאג. זי האט געזאגט אַז די רוסישע עירקראַפט האט אינטערסעפּטעד אַ יו.עס. נעווי פּאַטראָל דזשעט איבער אינטערנאַציאָנאַלע הימלען, קומענדיג בערך פינף פיס נאָענט צו די אמעריקאנער פליגער!

עס איז נישט זיכער אויב עס איז געווען דער זעלבע אינצידענט געוויזן אין די ווידיא, אָדער נאָר די לעצטע אין אַ סעריע פון ​​נאָענטע רייצענדע באגעגענישן צווישן רוסישע און אמעריקאנער פליגערס איבער'ן שווארצע ים.



באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל