ברוטאַלע קעלטן וואָס קענען ברענגן פראָסט-ביסן אין געציילטע מינוטן האבן באפאלן די מידוועסט פאַר אַ צווייטע טאָג, און האט זיך אריינגעריקט אין די נאָרטאיסט היינט דאנערשטאג, פארפּלאָנטערנדיג די לופט פאַרקער און ברענגענדיג פארשפעטונגען מיט עמעזאן און אנדערע פּעקלעך דעליוועריס.

עמעזאן האט געזאגט אז זי האט פארשלאסן עטליכע געביידעס, אַריינגערעכנט עטליכע פולפילמענט צענטערן אין די מידוועסט וואָס זענען אַפעקטירט געווארן דורך די שרעקליכע נידעריגע טעמפּעראַטורן. "מיר אַרבעטן שווער צו איינהאלטן אונזערע פלינקע, פרייע שיפּפּינג צוזאָגן, אָבער די וועטער צושטאנד זענען אינדרויסן פון אונזער קאָנטראָל", האט עמעזאן געזאגט אין אַ סטעטמענט. "קאסטומער סערוויס איז אפן צו אַרבעטן מיט סיי וועלכע קונדן וואס האבן פראבלעמען".

יו.פי.עס. האט געזאגט, אז זי האט סוספּענדעט פּעקלעך דעליוועריס און פּיקאָפּס אין טיילן פון אפּסטעיט ניו יארק און אסאך אנדערע ערטער אין די מידוועסט, צוליב זיכערהייט זארגן ווען טעמפּעראַטורן פארבלייבן נידעריג און פעדעראלע פאראויסזאגערס ווארענען איבער "געפערליכע נידעריגע ווינט-טשיל נומערן".

פעדעקס האט פארמאכט עטלעכע פון אירע אָפיסעס פרי, אַריינגערעכנט אין שיקאַגאָ און דעטרויט, און פארקלענערט איר אפעראציע אין מידוועסט שטעט, זאגענדיג: "אונזער פריאריטעט איז שטענדיג די זיכערהייט, און צו צושטעלן סערוויס צו דער בעסטע פון אונזער פעיגקייטן".

די יו.עס. פאוסטעל סערוויסעס האט סוספּענדירט דעליוועריס אין עטלעכע שטעט אין די מידוועסט היינט דאנערשטאג, "צו פארזיכערן די זיכערקייט פון אונזערע ארבייטער".

די שטעכעדיגע קעלט האט פארהינקעט שיקאַגאָ'ס הויפּט לופטפעלד היינט דאנערשטאג, וואו עס צו קאַלט פאַר ארבעטערס צו באדינען די פליגערס פון אינדרויסן. לופטליניעס האבן גע'קענסל'ט מער ווי 1,400 פליגערס אויף דאנערשטאג אין שיקאַגאָ'ס אָהיער אינטערנאַציאָנאַלערע עירפּאָרט, מער ווי האַלב פון די טעגליכע סקעדזשול אין די יונייטעד און אמעריקען הובס.

פאר כסדר'דיגע וועטער אפדעיטס, שרייבט אייך איין:



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל