פרעזידענט דאַנעלד טראָמפּ האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנגרעציאַנאַלע רעזאָלוציע פרייטאג צונאַכטס וואָס האָט געענדיקט די לענגסטע רעגירונג שאָטדאַון אין די אַמעריקאַנער היסטאָריע. די ביל טוט צייטווייליג עפענען די רעגירונג פאַר דריי וואָכן, אָהן געבן פאַר טראָמפּ זיין פאַרלאַנגטע פאָנדינג פאַר אַ וואַנט לענגאויס די דרום אַמעריקאַנער גרעניץ. די ווייסע הויז האָט געזאָגט אז טראָמפּ האָט אונטערגעשריבן די ביל, נאָכדעם וואס סיי די סענאַט און סיי קאָנגרעס האבן עס אַדורכגעפירט פרייטאָג.

טראָמפּ האט צוריקגעצויגן פון זיין פאָדערונג אַז קאָנגרעס מוז צושטעלן מער געלט וואַנט פאַר די פעדעראלע אַגענטורן באַקומען צוריק פאָנדינג. אָבער ער וואָרנט אַז די רעגירונג קען זיך ווידער פאַרמאַכן "אויב מיר באַקומען נישט אַ גוטע דיעל פון קאָנגרעס". ער האט גע'טוויט'ד פרייטאָג צונאַכטס אַז דער שלאַכט פאַר די וואַנט איז ווייט נישט פאַראיבער.

"דאס איז אין קיין שום וועג נישט געווען אַ צוריקטריט", האָט טראָמפּ געשריבן. "דאס איז געווען צו פארזאָרגן מיליאָנען מענטשן וואָס זענען באַטראָפן געוואָרן דורך די שאָטדאַון, מיט די פאַרשטענדעניש אַז אין 21 טעג, אויב האָבן מיר נישט קיין אָפּמאַך, עס איז צוריק צום אַלטן!"

די פאַרשטענדעניש צו עפענען די רעגירונג איז געקומען ווען בערך 800,000 פעדעראַלע אַרבעטער האָבן פאַרפּאַסט זייער צווייטע נאָכאַנאַנדע פּעיטשעק.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל