א היימישע פארפאלק וועלכע האט זיך אומגעקערט - אינאיינעם מיט זייער פיצל קינד - פון א וואקאציע אין פלארידע, צוריק קיין דעטרויט, איז אריבער א גאר שווערע איבערלעבעניש ווען זיי זענען אראפגעטריבן געווארן מיט בזיונות פון א פליגער צוליב אנגעבליכע באקלאגענישן פון אנדערע רייזנדע אז עס גייט פון זיי א נישט גוטן גערוך. די פארפאלק האבן נישט געקענט גלייבן די לעכערליכע נארישקייט, און האבן זיך געבעטן ביי די מאנשאפט אז זייערע אכט קינדער ווארטן אינדערהיים און זיי האבן נישט וויאזוי צו אנקומען צוריק אהיים, אבער די מאנשאפט זענען געווען - לויט ווי דאס פארפאלק זאגט - שטרענג און אומפריינטליך. דאס פארפאלק זאגט אז זיי גלייבן אז די מאטיוון זענען ריין אנטיסעמיטיש, און פארלאנגען אן ערקלערונג פון אמעריקען עירליינס, וועלכע האט פארענטפערט די אויפפירונג פון די מאנשאפט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה