ראד ראזענשטיין, דער דעפיוטי אטוירני זשענעראל וועלכער האט נאמינירט דעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער און פארפיגט אויף די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, וועט אפטרעטן פון אמט אין די קומענדיגע וואכן. ראנזשטיין איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ צו די פאזיציע, אבער איז אפט אויסגעשטאנען שארפע קריטיק און עפנטליכע אטאקעס פונעם פרעזידענט צוליב זיין ראלע אינעם מולער אויספארשונג. ווארטזאגער אינעם ווייסן הויז זאגן אז ראזנשטיין האט פון אנהויב געוואלט דינען אויף דעם פאזיציע פאר בלויז צוויי יאר, און זיין רעזיגנאציע פון די יוסטיץ דעפארטמענט קומט נישט צוליב דרוק פונעם פרעזידענט. זיין רעזיגנאציע קומט אין א דעצידירנדע צייט פאר די מוללער אויספארשונג, הארט פאר די באשטעטיגונג פונעם נייעם אטוירני דזשענעראל וויליאם באר, וועלכער איז ערווארטעט צו איבערנעמען דעם איבערזיכט אויף די מוללער אויספארשונג.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל