א געוועזענער מיניסטער אין מדינת ישראל גונן שגב איז היינט פאראורטיילט געווארן אין א געריכט אין מדינת ישראל צו 11 יאר טורמע נאכדעם וואס ער האט מודה געווען אין שפיאנירן פאר איראן. שגב האט געדינט אלס ענערגיע מיניסטער פאר צענדליגע יארן צוריק, און ער האט פארקויפט פאר איראנער אגענטן אינפארמאציע איבער מדינת ישראל׳ס ענערגיע סיסטעמען. שגב האט זיך שוין עטליכע מאל פארפלאנטערט מיט׳ן געזעץ זינט ער האט פארלאזט זיין פאזיציע אינעם רעגירונג, און איז שוין אויך געזיצן אין טורמע פאר דראג שווערצעריי און אנדערע פארברעכנס. שגב האט געמאכט קאנטאקט מיט איראנער אגענטן אין די צייט וואס ער האט געוואוינט אין ניידזשעריע אין אפריקע וואו ער האט געדינט אלס א דאקטאר.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה