דער אייראפעאישער פאראיין האט נעכטן אפיציעל ארויפגעלייגט אויף איר ליסטע פון טעראר ארגאניזאציעס איינע פון די אפטיילונגען אין דער איראנער שפיאנאזש דינסט, נאכדעם וואס זיי זענען געווען פארמישט אין עטליכע אטענטאט פארזוכן אויף אייראפעאישע באדן, טייל געלונגענע און טייל אומגעלונגענע. צוויי דורכגעפאלענע זענען לעצטנס באריכטעט געווארן אין דענמארק און אין פראנקרייך, און האבן געצילט איראנער דיסידענטן וועלכע פירן א קאמפיין קעגן דעם רעזשים פון אויסלאנד. איראן האט אויך עלימינירט צוויי אנטי-רעזשים אקטיוויסטן אין האלאנד אין 2017. דאס ארויפלייגן דער אגענטור אויף די ליסטע מיינט אז זייערע פינאנציעלע פארמעגס ווערן איינגעפרוירן, און מיטגלידער אין דעם אגענטור קענען נישט אריינקומען קיין אייראפע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל