בערלין – אן איראנער דיפלאמאט וועלכער ווערט פארדעכטיגט אין שפילן א ראלע אין א געפלאנטער באמבארדירונג אויף אן אנטי-איראן פארזאמלונג אין פראנקרייך, איז נעכטן אנגעקלאגט געווארן מיט מארד-קאנספיראציע קלאגעס. דער דיפלאמאט אסאדולא אסאדי ווערט באשולדיגט, אז ער האט זיך פארבינדן מיט א פארפאלק אין בעלגיע, און האט מיט זיי אויסגעארבעט צו אטאקירן דעם אנטי-איראנער קאנפערענץ, וואס איז פארגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק. די אנקלאגעס קעגן אסאדי, אן אפיציעלער איראנער דיפלאמאט, איז אן אפענער באשולדיגונג פון דייטשלאנד, אז די געפלאנטע אטאקע איז פארארדנט געווארן דורך דער איראנער רעגירונג זעלבסט.

בילד: די גאז סטאנציע ווי אסאדולא אסאדי איז ארעסטירט געווארן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל