מעקסיקא סיטי – דער מעקסיקאנער פרעזידענט-עלעקט, מאנועל לאפעז אובראדור, האט נעכטן שטארק אויסגעלויבט דעם אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ, זאגנדיג צווישן אנדערן אז טראמפ איז געווען זייער פריינטליך און רעספעקטפול צו אים. אובראדור איז דערווארט זיך צו טרעפן מיט פארשטייער פון דער טראמפ אדמיניסטראציע היינט אדער מארגן, אנצוהייבן געשפרעכן פאר צוזאמענארבעט אויף פארשידענע וויכטיגע אישוס, און אובראדור דערציילט, אז ווען טראמפ האט אים טעלעפאנירט צו גראטולירן פאר זיין וואל געווינס, האט טראמפ זיך צוריקגעהאלטן פון דערמאנען די אישו פון דער גרעניץ וואנט – א זאך וואס אובראדור האט זייער אויסגעלויבט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל