אן אַדוואָקאַט פאר'ן אמעריקאנער געוועזענער מארין וואס זיצט אין רוסישער טורמע אויף שפיאנאזש קלאגעס, זאגט אז זיין קליענט איז אריינגעפאלן אין א שפיאנאזש פאסטקע אהן זיין וויסן. דער אַדוואָקאַט זאגט אז קורץ פאר פּאָול וועילען איז געכאפט געווארן, האט עמיציר אנגעקלאפט אין זיין האטעל צימער מיט א דיסק וועלכע האט געזאלט זיין בילדער, אבער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דעטאלן איבער די רוסישע שפיאנזש דינסט. דער אפיציעלע ווערסיע פון די רוסישע פראקורארן און דער אויסערן מיניסטעריום איז, אז ער איז געווען פארמישט אין שפיאנאזש אקטיוויטעטן די לעצטע צען יאר. אבער מאנכע שפעקולירן אז מען האט אונטערגעשטעלט דעם שפיצל אלס נקמה איבער דעם וואס אמעריקע האט ארעסטירט דעם רוסישן שפיאנקע מאַריא בוטינאַ.

פּאָול וועילען - אין זיין שטייג - הערט פון זיין אַדוואָקאַט וואס דער ריכטער האט באשלאסן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל