די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת בא תשע"ט
די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת בא תשע"ט

רבי יאיר וויינשטאק

הרב אליעזר ראזען אין אן אויסשליסליכער און ארומנעמענדער אינטערוויו מיט דעם קעניג פון אידישער ליטעראטור בזמנינו און פראליפישער פארפאסער פון פילצאליגע אטעמפארכאפנדע פיקציע ביכער וואס האט געפארעמט א נייעם זשאנער אין אידישער שריפט.

דער באנק רויבער דער בעל תשובה

ער האט דורכגעפירט באנק רויבערייען איינמאל און נאכאמאל און ווידעראמאל ביז תפיסה איז געווארן זיין אפיציעלע היים פאר 30 יאר | דאן האט זיין אידישע ליכטל זיך אנגעצינדן און זיצנדיג מיט די "צדיקים אין אטיסוויל" האט זיין לעבן זיך געטוישט אויף אייביג. די אויסערגעווענליכע געשיכטע פון אברהם בעין, וועלכער איז כמעט נישט געווען אויף דער פריי פון תשמ"ט ביז פארלאפענעם חנוכה

פּרשת פאה נכרית

שמועס מיט הרה״ג ר׳ אליעזר פאשקעס שליט״א נאך אסיפה פון גדולי רבני עיר מאנסי איבער "יומען העיר" שייטלעך

נאה דורש ונאה מקיים: רבי עזריאל טויבער'ס "קבלת יסורים" מעסעדזש פון שפּיטאל בעט --- די התרגשות׳דיגע טעלעפאנישע געשפּרעך ביים ציון פון ישמח משה --- הרב שבתי פריעד: דער מנהל מיט'ן תהלים --- המחנך הרב שלום יעקב וואזנער: א שבת ביים רבי'ן! --- מנחם גאלד ברענגט אן אייגנארטיגן באריכט פון דעם אייגנארטיגן פארזאמלונג פאר יהדות בוכארא ניטל נאכט אין וויליאמסבורג --- די "גרויע גייסט" שיף: קווין מערי (און ווען די קווין מערי האט געראטעוועט אידן) --- און נאך!

בייגעלייגט: חודש׳ליכע מענטל העלט אויסגאבע ״נפשי #14״

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל