עלאָן מאָסק, איז די איין און צוואנציגסטער מאכטפולסטער פערזאן, און דער דריי-און-פופציגסטער רייכסטע מענטש אויף דער וועלט, מיט א געשאצטער פארמעגן פון 21.4 ביליאן דאלער.

מאסק איז געבוירן יוני 28, 1971. אויסער זיינע פולע פירמעס און ארגאניזאציעס וואס ער האט ערפינדן און געפירט, האט ער זיך באטייליגט אין אסאך וואוילטעטיגע צוועקן און מיסיעס, אריינגערעכנט וויסנשאפט אין ריינע ענערגיע, טעכנאלאגיע, ריינע וואסער פאר די שטאט פלינט, און נאך.

אין תשנ"ה האט מאסק ערפינדען - צוזאמען מיט זיין ברידער קימבעל - זיפ2, א אינטערנעט סאפטווער פירמע וואס האט אנטוויקלט א סיטי וועגווייזער פאר פארשידענע צייטונגען. די פירמע איז עווענטואל פארקויפט געווארן צו קאָמפּעק פאר 307 ביליאן קעש און 34 ביליאן אין סטאק אפציעס, נאכדעם וואס די באורד האט נישט צוגעלאזט מאסק צו ווערן סי.אי.או., עפעס וואס ער האט זייער געוואלט. ער האט אווערשפאצירט מיט 22 מיליאן דאלער, פאר זיינע 7 פראצענט טייל אין די פארקויפטע פירמע.

אין מערץ תשנ"ט האט ער געהאלפן עפנען עקס דאט קאם, א אינטערנעט און אימעיל צאהלונג סיסטעם. א יאהר שפעטער האט זי זיך צונויפגעשמאלצן מיט קאָנפיניטי, דער אייגענטומער פון די פאפולערע פּעיפּאַל סיסטעם. די נייע פאראייניגטע פירמע האט זיך טאקע גערופן "פּעיפּאַל". מאסק איז ארויסגעווארפן געווארן פון זיין סי.אי.או. פאזיציע אין תשרי תשס"א. צוויי יאהר שפעטער איז די פירמע אפגעקויפט געווארן דורך איבעי פאר אנדערהאלבן ביליאן דאלער, און מאסק האט באקומען 165 מיליאן.

מאסק איז אויך דער ערפינדער, סי.אי.או. און סי.טי.או. פון ספעיס עקס, די גרעסטע פריוואטע פירמע וואס פליט רייזעס צו די ספערן. געעפנט אין תשס"ב, ציהלט די פירמע ארויפצושיקן מיסיעס צו די רויטע פלאנעט מאדים.

מאסק איז דער סי.אי.או. פון טעסלאַ, וואס איז די צווייט-גרעסטע פראדוצירער פון עלעקטראנישע אויטאס. די פירמע איז ערפינדן געווארן דורך מאַרטין עברהאַנט און מאַרק טאַרפּענונג אין תשס"ג, און מאסק איז אריינגעקומען א יאהר שפעטער ארויסהעלפענדיג מיט'ן שאפן אינוועסטירערס און גלייך געווארן טייל פון די באורד און געווארן שטארק אריינגעטוהן מיט די פראדוקציע. נאכפאלגענדיג די פינאנציעלער קריזיס פון תשס"ח, האט מאסק איבערגענומען די פירערשאפט נאכדעם וואס די באורד האט פארשיקט עברהאַנט.

זיינע צוויי שוועסטער-קינדער, לינדאן און פיטער רייוו, האבן געעפנט סאָלער סיטי אין תמוז תשס"ו, צו פאבריצירן סאלער-באזירטע ענערגיע פראדוקטן. מאסק איז גלייך געווען א גרויס פינאנצירער, און אין תשע"ו איז זי איינגעשלינגען געווארן דורך טעסלאַ.

אין אלול תשע"ג האט מאסק פארעפנטליכט די הייפּערלופּ קאנצעפט פון גאר-שנעלע טראנספארטאציע דורך פרעשוריזירטע רערן אין אונטערערדישע טונעלן.

אין טבת תשע"ו האט ער געעפנט אָפּן-עי-איי (OpenAI), א וואוילטעטיגע נישט-פאר-פּראָפיט אָרגאַניזאַַציע צו פארשן "אַרטיפישאָל אינטעליגענץ" (קאָמפּיוטער לאָגיק). ער האט ערשט געזאגט אז זיין ציהל אז צו גיבן יעדעם צוטריט צו די טעכנאלאגיע, אז נישט די ריזיגע קארפאראציעס און רעגירונגען זאלן האבן די אויבערהאנט דערויף. ער האט איז איבערגעלאזט אין אדר תשע"ח, צו פארמיידן קאנפליקטן מיט טעסלא'ס אייגענע פארשונגען אין די זעלבע טעכנאלאגיעס. שפעטער אין תשרי תשע"ט האט ער גאר געווארנט איבער די ריזיקע פון אַנטוויקלען די טעכנאלאגיעס צו ברייט.

ער האט געהאלפן עפנען די נעווראָלינק פירמע אין תשע"ו, צו אַנטוויקלען נעווראָ-טעכנאָלאָגיע וואס קען פארבינדן מאשינען מיט די מוח און נערוון פאר א בעל חיה, אריינגערעכנט א מענטש. אנדערש פון אָפּן-עי-איי, איז נעווראָלינק געבויט פאר פּראָפיט.

 ער האט אויך געשאפן די בּאָרינג קאָמפאַני אין כסלו תשע"ז, א אינפראסטרוקטור און טונעל-בויערס קאָמפאַני.

עלאָן מאָסק

באַשריבן דורך לוי מאיער צו אידישע ענציקלאָפּידיע (וועב | טעלעגראם | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל