די ערנסטע מאסן אויסבראך האלט אן, מיט 124 באשטעטיגטע פאלן אין ראקלענד קאונטי און 62 אין ברוקלין. נאך איין פארדעכטיגטע פאַל ווערט באטראכט אין ראקלענד.

וואַשינגטאָן גאָווערנאר דזשעי אינסלי האט דערקלערט אַ פובליק העלט עמורדזשענסי ווען זייערע מיזעלס אויסבראך איז אנגעקומען צו 30 פאלן. דורכ'ן דערקלערן אַ סטעיט אוו עמורדזשענסי, האט אינסלי אפיציעל איינגעשטעלט די סטעיט'ס קאָמפּרעהענסיוו עמורדזשענסי פאַרוואַלטונג פּלאַן און געגיבן צוטריט צו די סטעיט'ס רעסורסן צו העלפן לאקאלע אגענטורן און דעפּאַרטמענטס באהאנדלען און זיך אן עצה געבן מיט די אויסבראך. וואַשינגטאָן'ס פּובליק געזונטהייט דעפּאַרטמענט פארלאנגט אויסשלוס פון סטודענטן און סטעף אָהן די נויטיגע דאַקומענטן וואס באווייזן אז זיי האבן באקומען אימיוניזאציע צו מיזעלס פון שולעס, קינדגארטענס און אנדערע צונויפזאמלונג ערטער.

איצט אין ניו יארק, ראַקלענד און ברוקלין צווישן זיי, האָבן באריכטעט 186 קעיסעס זינט אקטאבער. ראַקלענד האט באריכטעט 124 ביז נעכטן. ניו יארק סיטי געזונט באאמטע האבן געמאלדן 62 באשטעטיגטע קעיסעס ביז א וואך צוריק. מערסטענס פון די קעיסעס אין ראקלענד - 81 פּראָצענט - זענען געווען ביי קינדער פון 18 יאהר אַלט און יונגער, האט געזאגט דזשאן ליאָן, דירעקטאָר פון סטראַטעגישע קאָמיוניקאַציעס אין די קאונטי עקזעקוטיוו'ס אָפיס.

ראַקלענד קאונטי באאמטע אנגעהויבן זיך באנוצן מיט א סטעיט געזעץ איבער קרענק אויסבראכן שוין ווען עס זענען נאך געווען 11 באשטעטיגטע קעיסעס. קאונטי באאמטע האבן באקומען אויטאָריטעט פון די ניו יארק סטעיט געזונטהייט דעפּאַרטמענט אקטאבער 15 צו פארלאנגען אומוואַקסינירטע קינדער צו אַוועקשטיין פון געוויסע שולעס. די געזעץ פארלאנגט פובליק און פּריוואַטע שולעס וואו עס זענען פארהאן הויכע ראטעס פון אומוואַקסינירטע קינדער צו האַלטן די קינדער אינדערהיים ביז די אויסבראך איז פאריבער, אָדער די וואַקסינירטע ראטעס פון דער שולע האט זיך געהויבן צו אַ באשטימטע שטאפל. אין פריע יאַנואַר האבן באאמטע עס געהויבן צו אַ 95 פּראָצענט ראטע, וואָס האט אַפעקטירט 59 שולעס. דערווייל, זאגט ליאָן, זענען 29 שולעס אנגעקומען צו די שטאפל.

יעדער באשטעטיגטע פאַל פון מיזעלס איז אויסגעשטעלט צו אַ פולע עפּידעמיאָלאָגישע אויספאָרשונג. אינספּעקטאָרס פון די קאונטי געזונטהייט דעפּאַרטמענט רעדט צו די וואס זענען קראַנק געווארן און גייט נאך זייערע טריט צו לאזן וויסן איבער מעגליכע אויסגעשטעלטקייט צו די קרענק - ווען נויטיג. די סטעיט העלט דעפּאַרטמענט איז אויך פארמישט אויף אַ טעגליכע באזיס, צושטעלענדיג סטעף, שטיצע און פראבעס פאַר סעמפלס דורכאויס די אויסבראך. זיי נעמען אנטייל אין יעדער רוף וואס ראַקלענד באאמטע באקומט צו אפדעיט'ן באשטעטיגטע קעיסעס פיגורן, און העלפן דיסקוסירן סטראַטעגיעס.

אויסער דעם, זינט די אויסבראך האט זיך אנגעהויבן אין אקטאבער, זענען שוין געגעבן געווארן מער ווי 14,000 עם.עם.אר. וואַקסינען אין ראַקלענד דורך די סטעיט העלט דעפּאַרטמענט, די קאונטי געזונט אָפּטיילונג, קאמיוניטי העלט-קעיר פּראוויידערס און פּריוואַטע דאקטוירים, האט ליאָן געזאגט.

די צענטראַלע געזונטהייט ענטפער צו דעם יעצטיגע מיזעלס אויסבראך, וואָס איז דער גרעסטער אין ניו יארק סטעיט אין די יאהרן, איז געווען אומפרעצעדענטעד, האט געזאגט א ווארטזאגער פאַר די ניו יארק סטעיט געזונטהייט דעפּאַרטמענט. "מיר וועלן פאָרזעצן אונזער אַגרעסיווע ענטפער, ביז עס ווערט קלאָר אז די אויסבראך איז אונטער קאנטראל", האט די סטעיט העלט דעפּאַרטמענט געזאגט.

אין ניו יארק און אין וואַשינגטאָן, קאמיוניטיס מיט נידעריגערע אימיוניזאַציע ראַטעס זענען אין די צענטער פון די אויסבראך. אין ביידע ברוקלין און ראַקלענד, די קעיסעס זענען געווען מערסטענס אין די אידישע היימישע קהילות, וועלכע איז פארבונדן צו דאס פאָרן צו אָדער פון ישראל, וואו אַ מאַסיווע אויסבראך גייט אן.


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל