איזי פאזען האט פארלאזט די רעליגיע און קולטור וואס זיינע עלטערן האבן אים אויפגעצויגן, די פּרינציפּן וואס ער האט אמאל פראקטיצירט, און אנגענומען א פרייע לעבן, פריי פון די עול התורה און פריי פון קאָנסעקווענצן. אבער עס איז נישט וואס ער האט געטוהן, נאר וויאזוי ער האט דאס געטוהן.

פאר מען קען שרייבן איבער מר. פאזען, דארף מער ערשט כאפן א בליק איבער די אנגייענדע פראבלעם פון נושרים.

יעדע מענטש האט נגיעות צו טוהן מה שלבו חפץ, און מיט דעם אלעם האלטן זיך מערסטענס מענטשן - כאטש מערסטענס פון די צייט - אין די ראמען פון זייערע פּרינציפּן. אפילו ווען א איד פאלט אדורך, ווייסט ער - ספעציעל ע"פ דרך החסידות - אז דאס איז א טייל פונעם לעבן, פארדעם איז תשובה באשאפן געווארן, און די איבערלעבונג קען גאר העלפן שטייגן, כענין שנאמר וואס עס מאכט נישט קאליע, העלפט (what doesn't kill you, makes you stronger).

געוויסע פאלן אבער יא אוועק, און טוישן זייער לעבנסשטייגער צו א נישט היימישע אדער נישט אידישע. עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז אסאך אידן האבן א מער-ווי-נארמאלע ווידערווילן צו פארלאזן די קאמיוניטי - און אפילו די גאנצע דרך התורה - צוליב פארשידענע אומשטענדן וואס אנדערע קענען נישט פארשטיין. פון די אנדערע זייט זענען ליידער היינט פארהאן אסאך אידן וואס זענען פורקי עול לגמרי, אבער געפונען זיך צווישן אונז, באטייליגן זיך ביי די קדישים און דינערס, קומען יעדן טאג צו אלע דריי תפילות, און גייען מיט די פרומסטע לבוש ארום.

די גרונד וואס האלט אפ א טייל פון אנטלויפן און נישט אנדערע טיילן, איז פארשידענארטיג. מען דארף פארשטיין ביידע זייטן אין די זעלבע מינוט, און דאן ווען מען קענען פארשטיין פארוואס טייל קלויבן אויס צו בלייבן און טייל ווערן אנטרינען.

פאר מיר גייען אריין טיפער אין די סענסיטיווע און קאמפלעצירטע טעמע, דארפן מיר מאכן עטליכע פארווארטן. ערשטענס, מיר שרייבן נישט פון די פארשידענע טיילן פון כלל ישראל, ווייל דאס וועט מאכט א רושם אז מער-ווייניגער טראכט רוב כלל ישראל פון פורק זיין פון די תוה"ק, נאר מיר שרייבן פון די פארשידענע טיילן פון צווישן די נושרים, אדער אומצופרידנע (מער וואס דאס מיינט, שפעטער). צווייטענס, מיר שרייבן נאר איבער די אלגעמיינע טעמע, אבער וויסן דארף מען אז יעדע מענטש האט א אייגענע פּערסינאַליטעט און האט א אייגנארטיגע איבערלעבעניש וואס האט אים געברענגט צו די צושטאנד און געדאנקגאנג ווי ער איז. דריטענס, עס זאל ח"ו קיינעם נישט דאכטן אז דער שרייבער פון די שורות האט די מינדעסטע סימפאטיע צו די נושרים, און פרובירט זיי צו פארטייגן, נאר די ציהל איז צו פארשטיין וואס און וויאזוי עס פאסירט, צו קענען מעגליך העלפן ראטעווען אנדערע פון אוועקפאלן. צום לעצט, מיר שרייבן אין א מאַסקולינע שפראך, אבער עס פאסט פאר א מיידל\פרוי צוגלייך.

פארוואס בכלל זיין אומצופרידן? עס קענען זיצן צוויי מענטשן ביי די זעלבע טיש, און סארווירט ווערן מיט די זעלבע מאלצייט, און איינער קען זיך נישט איבערקומען פון די קעכער'ס טאלאנט און קוואליטעט, און דער צווייטער רופט זיין דיין צו פרעגן וויאזוי צו באהאנדלען זיין ברכה לבטלה... די ערשטע פראגע איז, ווער איז גערעכט? די צווייטע פראגע איז, איינער איז בכלל גערעכט? ביידע פראגעס זענען גוטע. אמאל איז פארהאן א אפענע ענטפער אז די עסן איז באמת ספעציעל גוט (לאמיר זאגן הונדערטער אנדערע מענטשן האבן אויך געגעסן פון די זעלבע עסן און באשטעטיגט כולם כאחד), נאר דער איין אומצופרידנער פארשטייט נישט דערצו, אדער האט גאר א כאמיקאלער רעאקציע אין זיין מויל וואס לאזט אים נישט שפירן די גוטע געשמאק. ווי אויך קען זיין פונקט קאפויער, אז די עסן איז באשטעטיגט געווארן אלס געפערליך שלעכט, נאר דער צופרידנער איז פשוט נישט קיין מבין צו עסן. א דריטע מעגליכקייט איז אז די עסן א ספּעציאַליטעט, וואס עס פארלאנגט זיך א ספעציפישע פארשטאנד דערצו, געווענליך לויט די פארגאנגענע עקספיריענס מיט דעם, ווי פארשידענע קעזן, וויינען ביטערע שאָקאָלאַדן און טיי, הערינג, סושי, זאלציגע ליקעריש און אסאך אנדערע.

די נמשל איז זעלבספארשטענדליך. א לעבנסשטייגער איז ספעציפיש און עס קען נישט עקזיסטירן איין סארט וואס שטעלט צופרידן - אדער ארבעט בכלל - פאר יעדע איד, און זיכער קען נישט זיין ערווארטעט אז אלע אידן זאלן שעפן דערפון די אקוראטע צופרידנקייט. לייג צו די ענווייראמענטאלע השפעה פון די עלטערן, מחנכים און חבירים, וועט איר טרעפן א אומפארגלייכבארע לעבנסשטייגער, כאטש וואס ביידע דאווענען אין די זעלבע מנין און באטייליגן זיך ביי די זעלבע שיעור. למעשה, אסאך זענען אומצופרידן, צוליב די טיפ פון זייער פּערסינאַליטעט און אנדערע צוליב אורזאכן וואס וואלט יעדעם איבערגעלאזן אומצופרידן.

מיר וועלן נישט אריינגיין אין די ברייטערע טעמע פאר די נער'ישע "איין-מאס-פאר-אלעמען" קולטור אין וועלכע מערערע לעבן, וואו די מינדעסטע מאס זעלבסשטענדיגקייט און מחשבה איז אפגעפרעגט אדער גאר גע'רודפ'ט. אבער קען יעדער פארשטיין אז נישט יעדער קען לעבן די וועג, און אויב שטעלט מען אראפ א הגדרה אז אידישקייט איז דעפינירט לויט א ספעציפישער קולטור, און די ברירה בלייבט אז מען פאלגט עס ביז'ן לעצטע פּונטל, און אויב נישט ווערט מער ארויסגעווארפן, פיזיש אדער עמאָציאָנעל. מיר ווילן נישט אריינגיין אין די טעמע, ווייל די הייסן נישט קיין "אנטלאפענע", נאר "געווארפענע". אין אנדערע ווערטער, יעדער וואס האט די מינדעסטע טייל אין העלפן ארויסווארפן דעם "פארדארבענעם" - כאטש יענעמ'ס אייגענע שלעכטע האנדלן איז די עיקר פראבלעם - איז עתיד ליתן את הדין. די תירוצים פון "מ'קען נישט איין עפעלע לאזן פארדארבן אנדערע" וועט מען ענטפערן פאר'ן שר הגהינם, דען אין עולם האמת ארבעטן נישט די פוילע בלאפעריי.

די פראבלעם איז אבער אז איינער וואס וואקסט אויף אין א שטוב אדער סביבה וואו עס ווערט געפּרעדיגט יעדע סארט מנהג - אדער גאר מדריגה - איז תורה שבכתב און קיינע קאמפראמיזן ערלויבט, ווערט פאלשערהייט אויפגעצויגן אז "אלעס אדער גארנישט", און וויבאלד עס איז נישט אויף די מדריגה פון "אלעס" בלייבט ער ליידער ביי "גארנישט". ער איז נישט בכוח (מחמת חיסרון ידועה) צו פונאדערשיידן צווישן די חומרה פון נישט בראָקן אום פסח מיט חמץ ממש ח"ו, אדער צווישן תפילין רש"י און תפילין ר"ת.

וואס טוט א אומצופרידנער? דאס ווענדט זיך שטארק סיי אין די מענטש'ס פּערסינאַליטעט (זעלבס-זיכערקייט, עקשנות, ועוד) און סיי אין די אומשטענדן און זיין ענווייראמענט (היסטאריע, אויב ער וואוינט מיט א פאמיליע, זיין שלום בית, געזונט, פרנסה, פאזיטיווע און נעגעטיווע סאשעל צירקל, ועוד הרבה). עס זענען פארהאן מענטשן וואס זענען די טיפ וואס טראכטן נישט צופיהל איבער'ן לעבן, און נעמען אלעס אהן וויאזוי עס קומט, און העכסטנס בייסן זיי די ליפן, ודי בזה. עס זענען אבער פארהאן מענטשן וואס וואס וועלן פארלאנגן צופרידנקייט פון זייער לעבן, און אויב זיי באקומען דאס נישט, וועלן זיי טוהן וואס זיי קענען עס צו דערארבן, געוויסע באווייזן דאס דורכ'ן דורך קליינע טוישן צו פארבעסערן די עקספיריענס פונעם לעבן, און געוויסע דורכ'ן פארפיינטן די יעצטיגע לעבנסשטייגער און זוכן גליקן ערגעץ אנדערש. (די פאראגראף איז קלאר זייער מקוצר און אויבערפלעכליך, אבער אן אריכות פארלאנג אן אייגענע ארטיקל פאר זיך.)

די הויפט גרונדן פון אנטלויפן: די הויפט גרונדן פארוואס איינער זאל וועלן "אנטלויפן", איז צו זוכן גליק, א בעסער לעבנסשטייגער וואס וועט - ווי עס זעהט יעצט אויס - ברענגן מער סיפוק ווי די יעצטיגע. די וועלט איז זייער ווייט פון א שווארץ-און-ווייסע בילד, אין וואס איין לעבנסשטייגער איז געפערליך שלעכט און דער צווייטער איז ציקער זיס, אבער פאר איינער וואס איז שוין א לענגערע צייט אומצופרידן, און זעהט זיך נישט ארויס פון זיין כמו-דעפרעסיע, קען ער געווענדליך נישט זעהן די קליינע טוישן וואס ער קען מאכן צו פארבעסערן זיין לעבן טאקע דארט ווי ער איז באקוועם, אהן קיין פונדאַמענטאַלע טוישן אין זיין לעבנסשטייגער, נאר וועט ענדערש ארויסגיין זוכט ערגעץ אנדערש.

די הויפט גרונדן פון בלייבן: די הויפט גרונדן פארוואס (מאנכע) [מענסטענס] "בלייבן" כאטש וואס זיי זענען פונקט אזוי אומצופרידן), איז די באקוועמהייט פון "זיין אנגענומען", פינאנציאלע און עמאָציאָנעלע שטיצע, און די שרעק פון די אינדרויסענדע גאס, בגשמיות אדער ברוחניות. ביידע זענען געפערליך שעדליך פאר די מענטש, ווייל נישט נאר איז דאס נישט קיין ריכטיגע אורזאכן, נאר דאס לייגט דאס אים אריין אין א צושטאנד פון פּערמענאַנטע ביטערקייט און קנעכטשאפט. די ריכטיגע אורזאך פארוואס א איד דארף בלייבן א איד, און טאקע דא איז די סביבה ווי עס געהערט, האט גארנישט צו טוהן מיט די [פאלשע] שרעק פון די דרויסענדיגע גאס, און זיכער נישט מיט פינאנציאלע, עמאָציאָנעלע און סאשעל באקוועמליכקייט.

עס דארף קלאר געמאכט ווערן, אז די גאס איז נישט אזוי שרעקליך. טאמיר ציהט איר אויף אייער קינד צו בלייבן א איד ווייל אז נישט וועט ער חרוב ווערן אויף די גוי'אישע גאס, ווי קרימינאלע פארשוינען דרייען זיך מיט דראגס און ערגערס, דארפט איר וויסן אז אייער קינד וועט עלטער ווערן און זיך אויסלאכן פון די ליגנט. די נאטור פון חינוך וואס איז געבויט אויף שקר, איז אז ווען דאס קינד וואקסט אויף און כאפט די ליגנט וואס זיין טאטע אדער רבי האט אים פארקויפט (ספעציעל אויב איז די שקר געווען א פונדאַמענטאַלע טייל פון די חינוך), עפנט זיך אים אין די מוח די פראגע "אויב דאס איז ליגנט, וואס נאך איז?" און שעדיגט די כלל פון "אין אדם מוריש שקר לבניו".

עס איז אויך ברייט אנגענומען אז רוב נושרים זענען אין א ביטערע מצב, מיט פינאנציאלע און עמאָציאָנעלע פראבלעמען, דראגס און זעלבסמארד. אהן אריינגיין אין א ויכוח צו דאס איז פאקטיש אמת, און וויפיהל אפגעפארענע לעבן פאקטיש א באקוועמע לעבן מיט געלד און צופרידנהייט, דארפן מיר געדענקן וואס אונזערע מאָטיוון זענען בכלל. זוכן מיר זייער אומגליק אלס א תירוץ פאר אונזער אייגענע געוויסן פארוואס מיר שפרינגן נישט מיט, ווייל דארט איז נישט צופיהל בעסער? זוכן מיר סתם נקמה אז זיי זאלן האבן א נקמת השם? אויב עפעס, קען אזא געיעג נאך יענעמ'ס פאַרצווייפלונג, דינען אלס א באווייז אז דער זוכער איז פשוט מקנא...

ווידעראום די אנדערע גרונד פון זיצן באקוועמערהייט צוליב די פינאנציאלע, און עמאָציאָנעלע און סאציאלע שטיצע, איז סתם איראניש, ווייל אויב דאס הייסט באקוועם, פארוואס די אומצופרידנקייט? אלא מאי, עס ארבעט נישט, און אז עס ארבעט נישט דארף מען עפעס טוהן דערוועגן. נאכמער, שטעלט אייך פאר אז א איד האלט איין כל ימיו די שווערע תרי"ג און די דרבנן מצוות, אלעס פאר די סאציאלע שטיצע אדער דרוק. איז פארהאן א גרעסערע צודרייטקייט פון דעם?! זעהט דען נישט דער יודע מחשבות? אויב נישט פאר אים, פארוועם יא? פאר די אנדערע מענטשן? פאר די פּיער פּרעשור? דאס הייסט געדינט מענטשן, איז דאס נישט ריכטיג עבודה זרה?

מיר דארפן זיך אויסניכטערן און געדענקן אז די גרונד צו בלייבן א אידיש קינד, כאטש דאס לעבן ברענגט צומאל נישט די ערווארטעטע סיפוק, איז ווייל דאס לעבן איז גרעסער פון אונז, און אז מיר וועלן עס זוכן צו פארשטיין (דורך לימוד וחיקור התורה) וועלן מיר בעזרת השם פארדינען די נויטיגע סיפוק צו האבן פולשטענדיגע צופרינדקייט. אין דער צייט וואס בורא עולם האט באשאפן א וועלט מיט ביליאנען באשעפענישן וואס לעבן אונטער די וואסער, פליען אין די לופט, קריכן אויף דער ערד, אדער לעבן גאר אינעווינדיג אן אנדערע בריאה, האבן מיר באקומען די פריוויליגיע און פאַראַנטוואָרטליכקייט צו דינען אלס זיינע פּערזענליכע באדינערס אין זיין גווארדיע מיט ספעציעלע מיסיעס. אינדערצייט וואס רוב בריאה דינט כביכול ווי א שפילצייג, דינען מיר ווי ספעציעלע אגענטן צו מתקן זיין עולמות, און פארדינען א טייל אין די עולם הבא. אינדערצייט וואס גוים האבן באקומען די שבע מצות בני נח צו האלטן די מאראל פון די וועלט פון אינטערגאנג, האט ער דערהויבן א געקליבענע צאהל שקלאפן פון מצרים אלס זיין עם הנבחר, צו ווערן זיינע "ספּעשאָל פאָרסעס" פאר אפעראציעס וואס זענען מרעיש עולמות און מיר אליינס קענען זיי נישט פארשטיין. ווען ער האט איבערגעלאזט די אנדערע פעלקער זיך ברעכן קאפ צווישן דינען געטשקעס אדער פלאנעטן מיט א אפגעפארענער ממזר, א יליד אשה - א נרדף לכל הדיעות - וואס האט מכלומעריש שפאצירט אויף וואסער אבער נאר דריי תלמידים האבן געקענט פארציילן די אויפגעמאכטע געשיכטע, האט - להבדיל - אונזער אלמעכטיגער באשעפער ערשט אנגע'מקל'ט די מעכטיגע מצריים מיט אומסייענטיפישע מיטלען לעיני כל (אזש דער געוועזענער שווער איז געקומען צו רייסן פון מדין), און דאן געגעבן די תורה פארנט פון יעדעם, נישט געבינדען אין א האטעל צימער...

און דאס איז נאר די ערשטע טריט, די לאגישע טריט. איינמאל מען פראקטיצירט אידישקייט מיט די לאגישע שטאלץ פאר א וויילע, באקומט מען די דערהויבענע הרגיש פון סיפוק וואס ווערטער קענען נישט ערקלערן, און קיין אנדערע אַקטיוויטעט קען נישט ברענגן.

פארוואס טייל אומצופרידנע בלייבן און אנדערע נישט? עס ווענדט זיך וואס ווערט גערופן "בלייבן"... ווי מיר האבן פריער געשמועסט, זענען פארהאן נושרים מיט לאנגע רעקליך, אבער מיר וועלן ענטפערן אויף ביידע. עס איז פארהאן א טיפ מענטש וואס - ווי פריער ערווענט - קען פארנעמען אומצופרידנקייט, און ארבעט מעגליך ארום דעם זיך אן עצה צו געבן, און וועט ווייטער פראקטיצירן די לעבנסשטייגער אפילו ער האט עס נישט פארבעסערט.

אבער וויאזוי זעהט מען געוויסע פון די אנדערע טיפ בלייבן?

ווי אויבן געשמועסט, ווענדט זיך דאס שטארק אין די מענטש'ס פּערסינאַליטעט. איינער וואס האט א געזונטע זעלבס-זיכערקייט, וועט ענדערש זוכן אנטשלאסנערהייט א אומוועג ווי איידער זיך אונטערגעבן צו די סטאטוס-קווא. אויך האט דאס צו טוהן מיט די טיפ וואס איז מער אדער ווייניגער איינגעשפארט מיט זיינע זאכן, צו ער איז א "גאָו-געטער" (קום ועשה'ניק) אדער נישט, צו ער איז א אינטראווערט אדער עקסטראווערט (נישט נאר אויף איר פשוט'ע אפטייטש), וואספארא השקפה ער האט אין זיך, און נאך אסאך אנדערע טיילן פון א מענטש'ס פּערסינאַליטעט.

עס איז אויך אפהענגיק אין דעם מענטש'ס אומשטענדן און אדורכגאנג. וויפיהל צייט אין זיין לעבן האט ער געהאט א סיפוק, און וואס איז די אונטערגרונט פון זיין אומצופרידנקייט. זיין פאמיליע סטאטוס שפילט גאר א גרויסע ראלע ביי אונז, ווי צו ער פארטראגט זיך מיט זיינע נאנטע משפחה מיטגלידער, צי ער איז פארהייראטעט און וויאזוי זיין שלום בית קוקט אויס, א.א.וו. עס שפילט א ראלע זיין געזונט צושטאנד, זיין פינאנציאלע פארמעגליכקייט, זיין איינפלוס אין זיין סאשעל צירקל, און נאך.

אז שוין יא טוישן, וועלן געוויסע מאכן א פאזיטיווע טויש, מיט'ן העלפן אריינברענגן א טויש אין זיין לעבן און אין די לעבן פון זיין פאמיליע וואס וועט אים ברענגן מער סיפוק. איינער וועט אנהייבן זינגן וויזניצער לידער ביי זמירות שב"ק און א צווייטן וועט אריינלייגן אין א מוסד וואס שטימט מער מיט זיינע השגות. איינער וועט זיך קערן צו א גוטע איד וואס פארשטייט אים, און א צווייטער וועט זיך נעמען לערנען א ספר וואס רעדט די שפראך וואס ער קען מקבל זיין.

אנדערע וועלן ענדערש מאכן א טויש אויף מער מאדערן. פון אביסל טויש דעם לבוש ביז'ן טוישן קאמיוניטי ביז מאדערן ארטאדאקס. געוויסע וועלן גיין ווייטער, און אינגאצן אראפווארפן די דיסיפלין וואס קומט מיט רעליגיע, און זיך דערקלערן סעקולאר.

מיר קענען אנפילן טויזנט בלעטער מיט טיפערע באשרייבונגער אויף יעדע פון די טעמעס וואס מיר האבן בארירט, אבער מיר האבן זיך נאר באצויגן צו די פונדאַמענטאַלע טיילן, צו קענען צוקומען צו באשרייבן מר. פאזען אהן פארפאסן די עצם פראבלעם.

צוריק צו איזי פאזען


איזי פאזען איז אויפגעוואקסן אלס א חסידישע איד אין די סטעמפארד היל געגנט אין לאנדאן, און פאררופט זיך היינט א סעקולארע מענטש, פריי פון תורה און מצוות. ער שטאלצירט זיך נעבעך אז ער האט נישט דערמאנט דעם באשעפער'ס נאמען אין זיין רעדע נאכ'ן גראדואירן פון קאָלעדזש.

זיינע מעשים און זיינע זינד זענען נישט נייעס-ווערד און געהערט זיכער נישט אין קיין צייטונג, אבער וויאזוי ער שטאלצירט דערמיט און איז מחלל שם שמים, איז יא!

אנשטאט אנטלויפן פון זיינע פאַראַנטוואָרטליכקייט און לעבן מיט פריקת עול, מוז ער - ווי געציילטע אנדערע - אנמאכן א גרידער אויפן וועג ארויס. אויב איינער איז נישט צופרידן און וויל ארויסגיין, פארוואס די רוגזה? אויף וועם די רוגזה? ער איז ברוגז אויף גאט? ער גלייבט דאך נישט אין אים... זיין גרעסטע טריט "פאראויס" (לשיטתו) איז געווען דאס קויפן א חזיר סענדוויטש אום שב"ק און עס עסן אין א בית הכסא, און ער שטאלצירט זיך נעבעך דערמיט, וואו צו ערווארטן אז די סעקולארע וועלט וועט אים ארויפקוקן פאר זיין קוראזשפולע שריט צו ארויסברענגען זיינע אינערליכע געפיהלן.

עס איז אמאל פארהאן א ווייטאגליכע סיטואַציע ווי מען קען פארשטיין אזא איינעם וואס האט טענות אויף א גאנצע געמיינדע. איין ביישפיל איז איינער וואס איז נעבעך מאלעסטעד געווארן, און ווען ער האט פרובירט צו בעטן הילף איז ער פארשריגן און באשטראפט געווארן דערפאר. דאס איז א באזונדערע טעמע וואס מוז אויסגעשמועסט ווערן און די פראבלעם דארף ווערן אויסגעראטן, אבער דא איז נישט די פלאץ דערפאר. אזא סארט באטראפענער קען זעהן די גאנצע געמיינדע און אירע ווירדן אלס דירעקט פאַראַנטוואָרטליך פאר זיינע ליידן. אבער מערסטענס נושרים זענען נישט פאקטיש אריבער אזעלכע יסורים, אריינגערעכנט געוויסע וואס באשולדיגען אז זיי זענען דאס יא אדורך.

עס איז די נייע טרענד צו פארשעמען די פארגאנגענהייט, כדי צו העלפן האנדלען מיט די אייגענע איצטיגע שולד-געפיהלן. אנשטאט זיך ארויסצושלייכן און האָפן צו טרעפן גליק אויף די אנדערע זייט, טרייבט מען אויף א ווינט פון גרידער און באשולדיגונגען. אין די גייסט פון חוצפא יסגא, מוזן זיך געוויסע ריינוואשן פון זייערע בייזע אפקערונגען, מיט'ן ארויסברענגן אמת'ע און פאלשע חסרונות פון א קאמיוניטי וואס - נאך אלעמען - שטייט העכער פון די אלגעמיינע גאס (ווי די לייט פרובירן זיך באקוועם צו מאכן) מיט פארברעכן, ערליכקייט, חסד און אנדערע העכערע ווירדן.

ער איז גערעגט אז זיין רבי האט אים געשלאגן, כאטש וואס די גאנצע וועלט האט דאס פראקטיצירט, און די טראַדיציאנאלע-געשטימטע בתי חינוך גלייבט נאך אלץ דערין. עס איז נישט די פלאץ אריינצוגיין אין די טעמע ווי אומגערעכט און אומווירקזאם דאס שלאגן איז, אבער עס פרעגט נישט אפ א קולטור מיט מסורות. כאטש וואס דער גוי קוקט דאס [היינטיגע צייטן] שטארק אראפ, און עס מאכט א הילכעדיגע חילול השם, ווענדט עס גארנישט אפ, נאר ווייזט אז דער גוי פארשטייט נישט אונזער אייגארטיגע קולטור, אריינגערעכנט דאס נישט זיין זייער אפן צו טוישן. דאס קומט טאקע מיט מעלות און חסרונות, אבער יענעמ'ס אומפארשטאנד ווענדט גארנישט אפ.

ער רעדט זיך אפ איבער די פארמאכטקייט פון נישט האבן קיין טעלעוויזיעס אין שטוב, א מאשין וואס קיין שום ספעציאליסט רעקאמענדירט נישט אלס א געזונטע געוואוינהייט.

ער טוט זיך אויף אז כאטש וואס אנדערע נושרים זענען ערלויבט געווארן אנצוהאלטן א קשר מיט היימישע אידן, איז ער דאס אפגעזאגט געווארן. ער פארבט א בילד אז דאס איז געווען ווייל ער איז געפערליך קלוג, און האט געפרעגט די "ריכטיגע" פראגעס, וואס האט געשעדיגט די גלויבן פון אנדערע ערליכע אידן, אבער פארציילט נישט אז די אמת'ע סיבה איז געווען ווייל אנשטאט רעספעקטירן די רעכט פון אנדערע ירא שמים צו פראקטיצירן זייער רעליגיע ווי יעדע ליבעראלע מענטש דארף צו פארשטיין און ערלויבן, האט ער געטשעפעט און געזוכט זיך צו טענה'ן מיט יעדעם וואס ער האט געקענט, אויספּאַקענדיג די עטליכע פּאָנטש-ליניעס וואס ער האט פארגעליינט פון בלאָגס און ביכער.

ער איז אנטלאפן פון א קאמיוניטי וואס קוקט אויס קריאוז קעגן די ביליאנען מענטשן איבער די וועלט, אבער שטייט ארויס פון א ערליכע וואוילע געמיינדע פון 30,000 אידן אין לאנדאן, און געפינט זיך נישט דאס פלאץ אין זיין נייע סביבה. ער איז אזוי אומצופרידן, אז עס שפירט דעם אנגייענדע דראנג צו צוריקקומען שטעכן און וויי טוהן צו די קוואל פון וואס ער האט געטרונקן. ער איז נישט דא און נישט דארט, אבער רעדט ווי איינער וואס פארשטייט אלעס. ער זאגט אז ער איז היינט "אסאך מער צופרידן" (סארא אויסרוק) ווי אמאל, אבער זעהט זיך מיט מער ביטערע פאראיבל קעגן זיין אמאליגע קאמיוניטי, ווי ער האט פון אינעוויינדיג געהאט אויף זיין יעצטיגע קאמיוניטי.

איזי פאזען


באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל