טרוקענע אבער קאלטע וועטער וועט בלייבן מיט אונז איבערנאכט. עס בלייבט מערסטענס זוניג און נישט צו קאלט די וואך. ענדע וואך איז שוין נישט אזוי קלאר, עס קען קומען א לייכטע שניי שפעט דאנערשטאג און פרייטאג צופרי, דערנאך ווערט מילדער מיט א רעגענדיגע און מילדע שבת צופרי מעגליך.

קאלטע לופט קומט דעמאלטס צוריק שבת נאכמיטאג, און עס ווענדט זיך אויף די וועטער מאדעלן: די יורא ווייזט א גרויסע שניי שטורם אפסטעיט און מעגליכע אייז און שניי שטורם פאר׳ן שטאט פון מוצאי שבת ביז מאנטאג צופרי, אבער די אמעריקאנער און קאנאדישע וועטער מאדעלן ווייזען אנדערע סעלושענס.

לויט אלע פון די אויבערדערמאנטע מאדעלן קומט א שטרעקע פון עכט ארקטישע קעלט נאך די שטורמס. עס איז נאך ווייט אוועק און דאס יאהר זענען די וועטער מאדעלס געווען זייער אומפונקטליך בכלל... מ'עמער זעהן...


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-🌛💨22
מאנטאג-🌤38
נאכט-🌛25
דינסטאג-🌤38
מיטוואך-🌤42
דאנערשטאג-🌤32
פרייטאג-🌨?40
שבת-☔️?❄️37
זונטאג-❄️?29

לעיקוואוד
היינט נאכט-🌨💨25
מאנטאג-🌤36
נאכט-🌛22
דינסטאג-🌤38
מיטוואך-🌤42
דאנערשטאג-🌤35
פרייטאג-🌧?44
שבת-☔️?❄️43
זונטאג-☔️?❄️32

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-🌛💨10
מאנטאג-🌤32
נאכט-🌛14
דינסטאג-🌤35
מיטוואך-🌤38
דאנערשטאג-🌤28
פרייטאג-🌨?35
שבת-❄️32
זונטאג-❄️?25




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל