דער יונגער פארשוין פארגעכטיגט איבער די מאָרד פון פינף מענטשן אין לואיזיאַנאַ איז היינט זונטאג צופרי ארעסטירט געווארן אין ריטשמאָנד קאונטי, ווירזשיניע, נאָכ'ן קורצליך ריכטן אַ וואָפן צו די פאליציי, האט שעריף סטיוו סמיט געזאגט.

די דעפּיוטיס זענען גערופן געווארן צו דער היים פון אַ מיטגליד פון דעקאָוטאַ טהעריאָט'ס פאמיליע צו באזוכן די היים ווען טהעריאָט איז אנגעקומען מיט אַ ביקס געריכטעט ארויס פון די פענסטער פון זיין קאר, סמיט האט.

די דעפּיאַטיס האבן גענומען שוץ פאזיציעס, און טהעריאָט האט אויפגעגעבן די וואָפן אויף זייער באפעהל. ער איז גלייך ארעסטירט געווארן.

דער איין און צוואנציג יעהריגער טהעריאָט איז אנגעקומען צו די ווירזשיניע פראפערטי נאָך אַ נאַכט פון געיעג. ער איז אָנגעקלאָגט פאר די מאָרד פון זיין עלטערן, זיין פרוי, און איר פאטער און ברודער אין צוויי באַזונדערע שיסעריי דעם שב"ק אין לואיזיאַנאַ.

דעקאָוטאַ טהעריאָט
דער פארדעכטיגטער דעקאָוטאַ טהעריאָט



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל