א מינע דאָמבע האט געפּלאַצט אין דרום בראזיל פרייטאג, אומברענגענדיג כאטש זיבן מענטשן, פארפלייצענדיג דערנעבענדע היימען, דערטרענקענדיג קאַרס און באָסעס אונטער אַ טייך פון מאַראַסט און איבערלאזענדיג 200 מענטשן פארלוירן, לויט די רעטונג ארבעטער וואס זוכן פאַר זיי.

דער עקסידענט, אין די שטאָט פון ברומאַדינהאָ, קומט בלויז דריי יאהר נאָכדעם וואס אַ דאָמבע האט געפּלאַצט אין מאַריאַנאַ, 75 מייל אַוועק פון די איצטיגע אינצידענט, אומברענגענדיג דאן 19 מענטשן און אנשאפענדיג איינע פון די ערגסטע אינווייראַנמענאַלע קאָשמאַרן אין די בראזילער געשיכטע.

די ברומאַדינהאָ דאָמבע האט זיך צענויפגעבראָכן אין דער פריע נאָכמיטאָג פרייטאג, אויסגיסנדיג שמוציגע וואַסער אָנגעפילט מיט מינע מיסט אין אַן אַדמיניסטראַטיווע געגנט וואו איינגעשטעלטע ארבעטן און איז אויך אַ קוואַרטאַל וואו זיי האבן געוואוינט, און דאס האט געברענגט דאפלטע ליידן פאר זיי און זייערע פאמיליעס.







קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל