דער "צענטער פאר סטראטעגישע און אינטערנאַציאָנאַלע שטודיעס" (סי-עס-איי-עס) אין וואשינגטאן האט נעכטן אויפגעדעקט סאטעליט בילדער וועלכע צייגן אז צפון קארעא פארמאגט נאך א פארבארגענע ריזיגע מיסיל באזע אין וועלכע זי אנטוויקלט און פרובירט מיסילס וועלכע קענען פארמאגן נוקלעארע מעגליכקייטן. רוב פון די אקטיוויטעטן אין דעם באזע ווערן געטון אונטערערדיש, און עס שפרייט זיך אויס אויף א ראדיוס פון ארום זיבן מייל. דער אויפדעקונג קומט געציילטע טאג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן איבער א פרישע סאמיט מיט׳ן צפון קארעאר דיקטאטור קים יאנג-אן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל