דער פרעמיער מיניסטער פון יאפאן שינזא אבעי געפונט זיך יעצט אויף אן אויסערארדענטליכע באזוך אין מאסקווע וואו ער האלט אפ געשפרעכן מיט פרעזידענט פוטין צו ענדיגן א לאנגיעריגע שטרייט צווישן די צוויי לענדער איבער די אייגנשאפט פון א רייע אינזלען אינעם פאסיפיק וואס ביידע לענדער באטראכטן אלס זייער אייגענע. די אינזל זענען היסטאריש פארבינדן צו יאפאן, אבער דער סאוויעטישער פאראיין האט זיי איינגענומען נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, און זינט דאן איז עס אין רוסישע הענט. יאפאן זוכט יעצט צו צוריקבאקומען די אינזלן אין אויסטויש פאר בעסערע באציאונגען מיט מאסקווע. די צוויי פירער האבן איינגעשטימט צו אפהאלטן נאך א רונדע פון געשפרעכן קומענדיגע חודש.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל