איבער הונדערט זענען אומגעקומען און נאך הונדערטער פארוואונדעט אין א א קאארדינירטע טעראר אטאקע דורכגעפירט דורך די טאליבאנער אין אפגאניסטאן. א געפאנצערטע באוואפנטע טראק איז אריינגעפארן אין א מיליטערישע פעסטונג אין צענטער פון קאבול און זיך אויפגעריסן דארט, און דאן האבן אריינגעשטורעמט עטליכע מיליטאנטן און געעפנט פייער אויף די זיכערהייט קרעפטן. די אטאקע קומט אין שאטן פון געשפרעכן וואס ווערן אפגעהאלטן צווישן אמעריקאנער און טאליבאנער פארשטייער אין די הויפטשטאט פון קאטאר.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה