די וועטער איז נישט געווען צו רעגענדיג איבער שבת, אבער עס קומט א טויש. איבערנאכט ווערט קעלטער און א פרישע רונדע פון רעגן. אפסטעיט - ספעציעל קרית יואל - וועט ווערן קאלט גענוג פאר פארפרוירענע רעגן און אייז. עס קען ווערן גליטשיג און פראבלעמאטיש אויף די שאסייען און געסער. אין שטאט וועט פאלן א קאלטע רעגן . מארגן בלייבט רעגענדיג און קאלט אין שטאט, מיט א געמיש פון אייז און רעגן מעגליך.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל