רבי אליעזר חיים זצ״ל, איז געבוירן ביום כ"ח כסלו תרצ״ט, לאביו הגה״ק רבי רפאל זצ״ל, ולאמו הרבנית הצדיקת מרת חנה מלכה ע"ה.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית מרת צפורה בת הרה״ח הישיש מוה״ר מרדכי פריעדמאן ז״ל.

ווען דער קריג האט אויסגעבראכן אין סלאוואקיי אונגארן, איז ער געווען א קינד פון בערך זעקס יאר אלט, זיין טאטע ה'ברכת שמים' מקאשוי האט אים מסדר געווען אויפן באקאנטן קאסטנער באן צוזאמען מיט אחיו יבלח"ט הרב שאול שלום שליט״א, (ווי געברענגט באריכות בהקדמה לטל השמים) אזוי איז ער בדרך נס אלס א קינד איבערגעלעבט דעם קריג.

שפעטער איז ער נתקרב געווארן צו האדמו״ר הרה״ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ״ל. ווי ער האט זיך באזעצט בימים ההם אין שיכון סקווירא.

א שטיק צייט האט ער געפירט די ישיבה פון אביו הגדול זצ״ל, אלס מנהל הישיבה.

דאס לעבן פון רא״ח מקאשוי זצ״ל איז געווען איין קייט פון עקשנות און נישט נאכלאזיקייט לתורה ולמסורה, זייענדיג א גאר שטארקע פרינציפישע מהות, איבערהויפט ווען עס איז געקומען צו אידישקייט אדער צו מסורה האט ער געקעמפט מיט א שטארקע ווידערשטאנד קעגן די גאס (כלשונו) אלעס איז געגאנגען אן קיין שום פשרות. דרכו בקודש והנהגותיו איז געווען מיט געוואלדיגע תעניתם און סיגופים, ער האט האט ממאס געווען מותרות און תאוות, ער האט פארלאנגט דעם דרך פון זיינע תלמידים זיי זאלן זיך פירן מיט די זעלבע שווערע עבודה.  גאר בארימט איז געווען זיינע מוסר שיעורים וואס איז געווען זייער טיפזיניג און באלערענד ווי ער האט עס אראפגעגעבן מיט א שטארקן הגיון. מיט א סארט פילזאפישן מהלך המחשבה, ביי די שמוסן האט ער פיל מדגיש געווען איבער דעם חובת האדם בעולמו, און שטענדיג ברייט ארום גערעד און מסביר געווען פאר שומעי לקחו זיינע מהלכים און שיטות אין דת ויהדות בטוב טעם.

נאך בחיי אביו האט ער געפירט זיין ביהמ״ד ״בית שמואל״ אין די שטאט מאנסי. נאך די פטירה פון זיין גרויסן טאטען הגה״ק בעל ״ברכות שמים״ - אדר תשס״ה איז ער נתעטר געווארן בכתר האדמורת, ווי ער האט ווייטער געפירט זיין קהילה בעיר מאנסי יצ״ו - און צומאל בעיירה קרית קאשוי.

הרה״צ רא״ח מקאשוי זצ״ל, האט זיך לאנג געפלאגט מיט מחלות קשות און שווערע מיטמאכענישן אויף די לונגען, וואס האט זיך נאך ענטוויקלט דעמעלס זייענדיג אויף דעם באן וואס איז געפארן קיין בערגן בעלזן לאגער. און א טייל דערפון איז געקומען צוליב חולשת גופו וואס איז אפגעשוואכט געוארן אין א פריצייטיגע עלטער צוליב זיין עקשנות׳דיגע הנהגות מיט סיגופים און תעניתים אלע זיינע יארן, וואס ער האט אויף זיך גענומען כדי נישט נהנה צו זיין פון עוה״ז, און איז געווען אריינגעטון כל כולו אין עבדות ה׳.

נפטר בליל שבת קודש פ׳ ויגש - ז׳ טבת תשע״ט, ויובא למנוחת באוהל הק׳ עם אביו זצ״ל, בקרית קאשוי בעדפארד היללס ניו יארק.

בנו:
  • הרב יעקב יוסף נ״י


חתניו:
  • ר' משה אבראהאם שליט״א, האדמו״ר מבארדיטשוב.
  • ר' יעקב משה לעבאוויטש שליט״א, ראש ישיבה בית הלל.
  • ר' יעקב בנימין פירטה שליט''א
  • ר' גדלי' כ''ץ שליט''א
  • ר' וואלף וואלנער שליט''א
  • ר' נתן בנימין קרויס שליט''א
  • ר' זלמן לייב ראזענבערג שליט''א, מנכ''ל ת''ת ליזענסק מאנסי
  • ר' משולם בעק שליט''א
  • ר' אפרים ברוך דאסקאל שליט''א

באשריבן דורך רבניש פון אייוועלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל