זוכנדיג א וועג צו ראטעווען די יו.עס. פּאָסטעל סערוויסעס פון פינאַנציאַלע אונטערגאנג, איז פּרעזידענט טראָמפּ און זיין אַדמיניסטראציע אויפגעקומען מיט א געניאלן געדאנק, נעמליך צו באקומען באצאלט פון יו.פּי.עס, פעדעקס און אנדערע פאר די רעכטן צו אריינלייגן דעליוועריס אין אייער פּאָסט קעסטל.
לויט ווי די געזעץ לויטעט יעצט, איז עס א פעדעראַלע פאַרברעך צו אַריינלייגן (און אוודאי ארויסצונעמען...) עפעס אין אייער פּאָסט קעסטל, זינט עס איז די אייגענטום פון די פעדעראלע רעגירונג, און די איינציגסטע וואס מעגן עס בארירן זענען די פּאָסטעל ארבעטער און די מענטשן אונטער וועמענ'ס נאמען עס איז רעגיסטרירט. דאס וועט זיך טוישן לויט די אינטערעסאנטע פארשלאג, און די יו.עס. פּאָסטעל סערוויסעס וועט באקומען באצאהלט דערפאר.
די יו.עס. פּאָסטעל סערוויסעס איז א ביזנעס וואס געהערט צו די פעדעראַלע רעגירונג און פארלירט געלד מיט יעדע טאג וואס זי אפערירט (און אפילו ווען זי אפערירט נישט...), טיילווייז צוליב די אויסערגעווענליכע הויכע קאסטן פון איר פענסיע און העלט-קעיר פלענער. זי האט פארלוירן 69 ביליאן דאלער אין א צען יאר אפשניט, און 3.9 ביליאן דאלער נאר די פארגאנגענע יאר אליינס.

א באריכט וואס זי האט ארויסגעגעבן, טענה'ט אז "די לעגאַלע פּאָסט קעסטל מאָנאָפּאָל איז זייער ווערטפול, ווי אַ גוטע מיטל צו שאפן פרישע פאַרדינסטן".
הוסף רשומת תגובה