ניין מענטשן זענען גע'הרג'עט געוואָרן און כמעט 50 זענען פאַרוואנדעט געוואָרן אין טערקיי ווען אַ היי-ספּיד באַן האָט צונויפגעקראַכט מיט אַ לאָקאָמאָטיוו און דאַן אַריינגעזעצט אין אַ סטאַנציע פּלאַטפאָרמע און אָווערפּעס אין אַ אַנקאַראַ פאָרשטאָט היינט דאָנערשטאָג צופרי, האָבן באַאַמטע געזאָגט.

רעטערס האָבן געאַרבעט צו באַפרייען מענטשן וואָס זענען געשטראַדעט געוואָרן אונטער די צעריסענע ברוכוואַרג ביי די מאַרסאַנדיז (Marsandiz, זעה מאפע) באַן סטאַנציע, פינף מייל פון די הויפּטשטאַט אַנקאַראַ. עס איז נישט קלאָר אין וואָספאַראַ גיכקייט די באַן און לאָקאָמאָטיוו זענען געפאָרן בשעת די צונויפשטויס. עס איז געווען אַ לייכטע שניי אויף די שינעס.

דריי באַן דריווערס זענען צווישן די ניין טויט אין די קראַך, האָט טראַנספּאָרט מיניסטער קאַכיט טורכאַן דערציילט פאַר רעפּאָרטערס אויף די סצענע. עס זענען געווען 206 פּאַסאַנזשירן אויף די היי-ספּיד באַן.

טערקיי האָט דעוועלאָפּט אַ נעץ פון היי-ספּיד רעלסן זינט ראַסיפּ טאַיעפּ ערדאַוואָן האָט אָנגעהויבן זיין הערשאַפט זעכצן יאָר צוריק, צו העלפן לייזן די שווערע טראַפיק אויף די שאָסייען.












קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל