דער ״טראמפ פאנדאציע״ - וואס איז די פערזענליכע וואוילטעטיגע קאסע פונעם פרעזידענט און זיינע ביזנעסער און פארפיגן אויף די פילאנטראפישע ביישטייערונגען פון פרעזידענט טראמפ - האט אריינגעגעבן געריכטליכע פאפירן זיך צו אויפלעזן. דאס קומט נאכדעם וואס דער ארגאניזאציע איז אונטער נאכאנאנדע אויספארשונגען, פאר אנגעבליכע מיסברויכן און אז זי האט אויסגענוצט איר שטייער-פרייע סטאטוס צו רייכער מאכן דעם פרעזידענט און זיין פירמע.
דאס אויפלעזונג קומט אויפ׳ן פארלאנג פונעם ניו יארקער אטורני דזשענעראל בארבארא אנדערוואוד, וועלכע האט אויך איבערגענומען די פירערשאפט פון די פארבליבענע געלטער אינעם קאסע געשאצט צו זיין ארום 1.7 מיליאן דאלער. אינעם סטעיטמענט פונעם ניו יארקער יוסטיץ דעפארטמענט צום געריכט, שרייבן זיי אז זיי זענען געקומען צום אויספיר אז דער גאנצער פאנדאציע איז אייגענטליך א שווינדל, און האט געדינט בלויז פערזענליכע אינטערעסן פון די טראמפ פאמיליע.
נאכ׳ן אויפלעזן דעם פאנדאציע וועט נאך די טראמפ פאמיליע דארפן צוריקצאלן ארום 2.8 מיליאן דאלער וואס די ניו יארקער פראקורארן האלטן אז זיי האבן באשווינדלט ניו יארקער שטייערצאלער מיט זייערע צווייפלהאפטיגע אקטיוויטעטן. דאס איז אויסער מעגליכע קרימינאלע קאלאגעס איז די טראמפ קאמפיין העט געהאט בענעפיטן פון די וועג, פלאץ און צייט וויאזוי די פאנדן זענען אויסגעטיילט געווארן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה