אינעם פראנצויזישן שטאט שטראסבורג איז נעכטן פארגעקומען א טעראר אטאקע, ווען א פארשוין איז אריינגעלאפן אין א מארקעט - וואס פארקויפט צוגעהערן פאר די בעפארשטייענדע חגאות, און - שרייענדיגע "אַלאַ אַכבאַר" - האט ער געעפנט פייער אויף פארבייגייער און דערביי אומגעברענגט 2 און פארוואונדעט נאך 12, זעקס פון זיי אין א גאר קריטישע צושטאנד. דער טעראריסט האט באוויזן צו אנטלויפן פון די סצענע מיט א טעקסי, דער דרייווער האט שפעטער זיך פארבינדן מיט פאליציי וועלכע האבן געעפנט א מאסיווע זוך אקציע - אינאיינעם מיט מיליטערישע קרעפטן - נאך דעם טעראריסט, און האבן דערווייל ארעסטירט 4 מענטשן וועלכע ווערן פארדעכטיגט אין קאלאבערירן מיט אים. דער פראנצויזישער אינערן מיניסטער האט געזאגט אז עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז ער איז שוין אנטלאפן פון פראנקרייך, און געפונט זיך ווארשיינליך אין דייטשלאנד און מעגליך גאר אינדרויסן פון אייראפע.

פאליציי און זעלנער אויף די וואך נאך די אטאקע

די פארדעכטיגטער טעראריסט, מיט און אהן א בארד
די פארדעכטיגטער טעראריסט, מיט און אהן א בארד

פראנצויזן לייגן בלומען קראנצן ביים ארט פון די טעראר אטאקע
פראנצויזן לייגן בלומען קראנצן ביים ארט פון די טעראר אטאקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל