באָראָ פּאַרק - די פּאָליציי זאָגט אַז זיי האָבן אַרעסטירט דעם טרעילאָר דרייווער וואָס האָט אַראָפּגעקלאַפּט און גע'הרג'עט אַ אידישע פוסגייער אין קענזינגטאָן. די שרעקליכע אינצידענט האָט פּאַסירט היינט מיטוואָך צופרי ביי דער ווינקל פון מאַקדאַנאָלד עוועניו און קאָרטעליו ראָוד.

די פּאָליציי האָט באַקומען אַ רוף איבער די עקסידענט בערך 7 צופרי. ווען זיי אָנגעקומען, האָבן זיי געפונען אַ מענטש גע'פּינ'ד (סטאָק) אונטער אַ טראָק, ל"ע. ער איז דערקלערט טויט אויף פלאַץ. באַאַמטע זאָגן אַז דער דרייווער איז געפאָרן נאָרטבאַונד צו מאַכן אַ רעכטס אויף מאַקדאַנאָלד עוועניו, ווען דער איד איז אַריבער די גאס. ער איז פאַרכאפט געוואָרן אונטער די ראָד פונעם טראָק. דער 54-יעריגער דרייווער איז פאַרבליבן ביי די סצענע פון די עקסידענט.

די ען.וויי.פּי.די. הייוועי קאָלישאָן אינוועסטיגעשאָן סקוואַד, א פּאָליציי אָפּטיילונג באַנעמט זיך מיט שאָסיי עקסידענטן, האָבן שפּעטער אַרעסטירט דעם דרייווער פאַר'ן פאַרפעלן צו אַכטונג געבן אויף פיסגייערס און פאַרפעלן נויטיגע אָבאַכט.

די אייגענטומער פון די דרייווער'ס פירמע זאָגן אז זיי זענען שאָקירט און קאָאַפּערירן מיט די אויספאָרשער.


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל