דער טערקישער פרעזידענט האט געמאלדן אז אין די קומענדיגע טעג וועט די מיליטער ווידעראמאל עפענען א מיליטערישע אקציע קעגן די קורדישע מיליטאנטישע גרופעס וועלכע קאנטראלירן די מערהייט פון צפון-מזרח סיריע צו מזרח פונעם פרת (יופרעיטס) טייך. די קורדישע וויי.פּי.דזשי. מיליציעס ווערן געשטיצט פאליטישע און מיליטעריש דורך אמעריקע, און האבן זיך ארויסגעשטעלט גאר עפעקטיוו אין באזיגן אייסיס, און דעריבער איז אזא אקציע ערווארטעט צו העכערן די אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און טערקיי. דער אקציע קומט אין צוגאב צו א פריערדיגע אקציע דורך די טערקישע מיליטער וואס האט אומגעברענגט צענדליגע קורדן, אבער דאס מאל וועט עס זיין נאך טיפער אריין אין סירישע טעראטאריע און קען קאסטן פיל מער פאטאליטעטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל