פרעזידענט טראמפ איז צוריקגעקומען פונעם דזשי-20 סאמיט אין ארגענטינע זאגנדיג אז ער האט געגרייכט א "געוואלדיגע" אפמאך מיט פרעזידענט שי דזשינפינג פון כינע איבער האנדל, און אז דערווייל וועט אמעריקע נישט ארויפלייגן קיין פרישע טאריפן אויף כינעזער פראדוקטן פאר 90 טאג. דאס האט געברענגט א שטיקל פארלייכטערונג אין די סטאק מארקעט, וועלכע האט געהאט עטליכע שווערע וואכן.

אבער מארקעטן האבן שטארק געטראסקעט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געהאט א פרישן אויסברוך אויף טוויטער, און געווארנט מיט פרישע טאריפן. "איך בין א טאריפ מענטש", שרייבט דער פרעזידענט אָהן אפהאלט. דער פרעזידענט איז אויפגערעגט געווארן, נאכדעם וואס כינע האט עפנטליך אפגעווארפן זיין ווערסיע איבער די געשפרעכן, און געלייקנט אז מען איז געקומען צו א פארשטענדעניש איבער אראפנעמען שטייערן פון אמעריקאנער-אימפארטירטע קארס, און האבן בכלל נישט באשטעטיגט אז מען איז געקומען צו סיי וועלכע פארשטענדעניש.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל