די מדינת ישראל מיליטער האט אנגעהויבן א מאסיווע אפעראציע צו צעשטערן טונעלן געבויט דורך חיזבאלע לענגאויס דעם צפון גרעניץ מיט לבנון, אין אן אקציע וואס זיי רופן אן ''אפעראציע צפון פאנצער''. די ארמיי האט ארומגענומען די געגנט, און באפוילן לאקאלע פארמערס זיך נישט צו דרייען נעבן די גרעניץ, צוליב זארג אז חיזבאלע וועט אטאקירן דורכאויס די אפעראציע.

דער מדינת ישראל מיליטער פארדעכטיג שוין פאר לאנגע יארן אז חיזבאלע האט געבויט היילן צווישן די גרעניץ פון מדינת ישראל און לבנון, און זינט 2006 פירט זי דורך זוך מיסיעס ביים גרעניץ זיי צו געפונען. הערשט אין 2014 האט זי אפגעפונען די טונעלן א דאנק פארגעשריטענע נייע טעכנאלאגיעס, און עס איז געהאלטן געווארן אלס א מיליטערישע געהיימניס ביז נעכטן ווען די אפעראציע איז אריין אין שוואונג.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל