מייקראָסאָפט קאָרפּאָראַציע איז א אינטערנאַציאָנאַלע טעכנאָלאגיע פירמע וואָס איז הויפּטקוואַרטירט אין רעדמענד, וואַשינגטאָן סטעיט. מייקראָסאָפט איז ערפינדן געוואָרן דורך ביל געיטס און פּאָול עלען, אום אַפּריל 4, 1975.

מייקראָסאָפט איז די גרעסטע סאָפטווער פירמע אין די וועלט, ווען מען קוקט אויף סעילס, פּראָפיט, פאַרמעגן און אויף איר סטאַק ווערד, ווי אויך האָט מייקראָסאָפט כמעט 135 טויזענט איינגעשטעלטע.

מייקראָסאָפט איז א פירמע וואָס טוט אַנטוויקלען און פּראָדוצירן קאָמפיוטער סאָפטווערס, עלעקטראָנישע האַרדווער, קאָמפיוטערס און אנדערע עקוויפּמענט. מייקראָסאָפט איז די מערסטע באַוויסט צוליב איר "ווינדאָוס" אַפּערירונג סיסטעם, איר סאָפטווער פּעקל מיט פּראָדוקטיווע אַפּליקאציעס גערופן "אָפיס סוויטס", איר "בינג" וועב זוך מעכאַניזם, איר ביזנעס סאָציאַלע מידיא עפּפּ "לינק'ד-אין" און איר וואָן-דרייוו קלאַוד סטאָרעדזש סערוויס.

מייקראָסאָפט איז די דריט-גרעסטע פירמע אויף די אַמעריקאַנער סטאַק מאַרקעט, מיט אַ ווערט פון כמעט 900 ביליאָן דאָלער.


פון יושע לאווי צו אידישע ענציקלאָפּידיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל