א גאר אינטערסאנטע און שטוינענדע אנטוויקלונג האט זיך אפגעשפילט היינט דינסטאג שמות ביי א אידישע פירמע.
ווי באקאנט איז היינט א קריסטליכע חאגע, א לעגאלע האלידעי וואס כמעט קיינער ארבעט נישט. און אפילו די פירמעס וואס אפערירן יא, איז עס באגרעניצט, מיט נישט אלע ארבעטער, וויין מען קען נישט צווינגען. אין א פאל אן ארבעטער קומען שוין יא אריין, צאלט מען אסאך טייערער.
איז פארהאן אידישע פירמע מיטן נאמען "עבל פּעיוומענט" (Able Pavment), וואס - ווי אסאך אנדערע פירמעס - רופן זיי יא אריין די ארבעטערס פאר'ן טאג, און צווישן זיי געפונט זיך א שפאנישער ערל מיטן נאמען "לואיס", בערך 50 יאהר אלט.
היינט, ערגעץ אינמיטן טאג, איז דער לואיס געשטאנען נעבן זיין אידישער בעה"ב, בשעת ווען אויף זיין סעלפאון איז ער אויף א ווידיא-קאָל מיט זיין שפאנישער מוטער, וואס איז געזעצן נעבן איר מוטער, זיין באבע.
אזוי רעדנדיג גיבט לואיס א דריי דעם טעלפאון צום אידישן בעה"ב, און זאגט אריין "מאמע, קוק דא, ער איז מיין אידישער בעה"ב...", און ער האלט דעם סעלפאון אזוי אויסגעדרייט מיטן קעמערא צום בעה"ב, אז זיין מוטער זאל קענען זעהן דעם געשטאלט פון זיי ארבעטס-געבער, וואס איז א חסיד'ישער איד.
צו זיין ערשטוינונג, און צום ערשטוינונג פון זיין בעה"ב, רופט זיך זיין מאמע אן צו אים, ״לואיס, נו וואס איז? דו ביסט דאך אויך א איד!..." און זיין מאמע דערציילט: "איך בין דאך א אידיש קינד, וואס איז געבוירן צו מיין אידישע מאמע, דיין באבע וואס זיצט דא נעבן מיר".
זי דרייט אויס איר סעלפאון צום באבע'ן, און זאגט, "איז ריכטיג וואס איך זאג מאמי?..."
"יא", זאגט דער באבע פאר'ן אייניקל. "איך בין א אידיש קינד, איך בין געבוירן געווארן אין בית לחם, און דיין זיידע (איר מאן) קומט גאר פון ירושלים. אונזער משפחה נאמען איז 'חייעם'..."
לואיס איז געשטאנען פארפרוירן. ער האט פשוט נישט געקענט קומען צום ווארט. "איך בין גאר א איד?..." זיינע טרערן האבן פלוצלינג אנגעהויבן רינען פון זיינע אויגן ווי א קראן, און זיך גענומען וויינען ווי א צוויי יעריג קינד. בשעת זיין בעה"ב שטייט הארט נעבן אים מיטן צינג אינדרויסן, נישט גלייבנדיג וואס זיינע אויערן הערן און אויגן זעען.
"אבער מאמי, פארוואס האסטו מיר דאס נישט דערציילט ביז היינט?" פרעגט לואיס".
מאמע: "ווייל דו האסט קיינמאל נישט געפרעגט".
זיין באבע דערציילט אים אויך, אז אירע געשוויסטער זענען געהעריגע שומרי תורה ומצוות, און לעבן אין די דאָמיניקען רעפובליק. לואיס האט פארשפראכן אז ער גייט זאפארט פרובירן זיך צו פארבינדן מיט זיי, צו הערן מער איבער זיין אידישע אפשטאם.
אט הערט די מעשה פונעם אידישע בעה"מ אלייינס:

הוסף רשומת תגובה