באַריכטן פון סיריע זאָגן אַז אַ געווער זאַפּאַס אין על קוטעיפאַ, 25 מייל פון דמשק, איז אַטאַקירט געוואָרן, פאַרוואונדענדיג דריי זעלנער. רוסלאַנד האָט גערופן די מדינת ישראל אָנגריף, "פּראָוואָקאַטיוו".

מדינת ישראל האָט - ווי געווענליך - נישט באַשטעטיגט און אויך נישט געלייקענט צי זי שטייט אונטער די אַטאַקע, אָבער האָט שפּעטער אַרויסגעגעבן אַ סטעיטמענט זאָגענדיג אַז זי האָט באַשאָסן אַ סירישער אַנטי-עירקרעפט מיסל.

מדינת ישראל האָט דורכגעפירט צענדליגע באָמבאַדירונג מיסיעס איבער סיריע אין די לעצטע יאָרן. זי זאָגט אַז זי מוז רעאַגירן צו וואָפן טראַנספּאָרטן פון איראַן צו די לעבאַניזער פּראָ-איראַנער חיזבאַלע טעראָר באַוועגונג און די פאַרשטאַרקונג פון איראַן'ס מיליטערישע אָנוועזנהייט אין סיריע. מדינת ישראל באַטראַכט איראַן און חיזבאַלע אַלס אַ שרעקליכע זיכערהייט ריזיקע.


באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל