די פאָדערשטע זייטן פון "קינדליין" פאַר פרשת וארא תשע"ח
די פאָדערשטע זייטן פון "קינדליין" פאַר פרשת וארא תשע"ח

א קליינע בליק איבער די קינדליין פון די וואך:
נייע גאר באלערנדע קאמיקס מעשה "אומ-באהאלפן".
- די קאמיקס מעשה איז א חידוש אין קאמיקס, ווען די קאמיקס מעשה וועט אויסלערנען קינדער צו שעצן אנדערע קינדער מיט פיזישע באגרעניצונגען, די מעשה איז א געוואלדיגע מוסר השכל פאר קליין און גרויס.

כי אני ה' רופאך!
א גאר דראמאטישע אינטערוויו מיט הרה"ג ר' יואל לאבין שליט"א, ווי ער און זיינע קינדער דערציילן זיינע איבערלעבענישן זייענדיג נישט געזונט מיט די ביטערע מחלה, און ווי אזוי ער האט זיך בחסדי שמים ערהוילט,
די אינטערוויו איז א ספעציעלע פראיעקט באארבעט דורך גרויסע מחנכים און עסקנים אין די פעלד, צו גיבן די ליינער א קלארע בליק איבער דעם ביטערע מחלה, און ווי אזוי צו רעאגירן און זיך אויפפירן אין די געגענווארט פון בני משפחה וואס האבן ל"ע א קרוב מיט די מחלה, זאל דער בוכ"ע שיקן א רפואה שלמה לכל חולי ישראל, און מען זאל נישט דארפן צוקומען צו די סארט ארטיקלען.

נייע געמאלענע קאלום: כאפ א בילד דורך הרב יוני גערשטיין
- די קאלום איז א חידוש אין קינדליין, ווען דער בארימטער "רבי פון אלע מעלער'ס" הרב ר' יוני גערשטיין (מחבר משניות פני שבת ועוד) וועט יעדע וואך מאלן א הערליכע בילד וואס די קינדער וועלן דארפן טרעפן וואס די בילד באדייט, און וועט מיט די צייט צוריק ברענגען די ארטיקל "אין איין ליין".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל