כאטש צוויי מענטשן זענען גע'הרג'עט געווארן און צענדליגע זענען פארוואנדעט געווארן אין אַ אויפרייס אינדרויסן פון אַ שאַפּינג מאָל אין די פיליפּינען היינט מאנטאג.

קאָטאַבאַטאָ סיטי פּאָליציי ווארטזאגער קריסטאַפער לי דערציילט אז עס איז געווען אַ פארדעכטיגטע "איי.אי.די. אוירייס" אינדרויסן פון די "סאוט סי מאָל" אין קאָטאַבאַטאָ סיטי אויף דעם אינזל פון מינדאַנאַאָו.

א ווארטזאגער פאַר די אָפיס פון ציווילע פארטיידיגונגס האט געזאגט אז צוויי מענטשן זענען גע'הרג'עט געווארן אין די אויפרייס מיט 23 פארוואונדעט, אַלע זענען געשיקט געווארן צו לאקאלע שפיטעלער.

א "איי.אי.די." (IED) איז א פראוויזארישע אויפרייס מאשין, געווענליך גענוצט דורך טעראריסטן, אנדערש ווי די פּראָפעסיאָנאַלע באמבעס גענוצט דורך מיליטערן.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל