פון נעגעל וואסער
עס איז שוין לאנג פארהאן אן איבערפלוס פון אינטערנעט קאמפיינס. מיין אימעיל אדרעס ווערט געספעמ'ד מיט בקשות זיך צו משתתף זיין אין די געוואלדיגע צדקה צוועקן. יעדער אלטע חבר וואס האט מיר אמאל בטעות גע'אימעיל'ד ווערט מיר פלוצלינג א ידיד, און איך דארף איהם ראטעווען פון זיינע בושות פון ח"ו נישט אנקומען צו זיין איבערגעטריבענעם ציהל.
עס איז נישט קיין סוד אז די קאמפיין'ס קומען אייביג אן מיט א שמיץ אריבער זייער ציהל, און אפטמאל אפילו אריבער זייער באונעס ציהל, ממש למעלה מדרך הטבע! אבער שוין א לענגערע צייט וואס איך האב מיך געוואלט לייגן דערין צו וויסן וויפיהל דערפון איז אמת'ע געלט, און וויפיהל פראצענט איז בעלאוני. יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז אלעס איז ממש קראנט, און אוודאי איז די מעטשינג אמת לאמיתו.
שוין א לענגערע צייט האט מיר געפלאגט צו פארשטיין דאס פסיכאלאגיע אונטער א קאמפיין. פארוואס ווען עס איז דא א טיי אווענט גיב איך נישט מער ווי א פאר טאלער, און דא פלוצלינג פיל איך ווי געצווינגן צו טיילן מוציא'ס פארן עולם, רעכטס און לינקס. ממילא אויב מיין בעסטע חבר איז ממש אינוואלד אינעם צוועק, און ער בעט זיך ביי מיר ברחמים אז איך זאל צולייגן א פלייצע, נניח. אבער וואס עפעס פיל איך צו געבן פאר אלע מיינע ברודערס געלט ווען איך ווייס אז זיי האבן באקומען א ציהל פון די עסקנים, און ער דארף בלויז א דרוק טוהן צו שיקן אן אימעיל צו אלע זיינע קאנטאקס, און קוקט מיט ארויפגלייגטע פוס ווי די עולם שפייט אריין געלד לכבודו.
שוין א לענגערע צייט וואס איך האב געהויבן אויגן ברעמען ווען איך האב געזעהן ווי די קאמפיינס איז אריבער פון צדקה צוועקען צו קאמערשיל מוסדות. אט די זעלבע מוסודות וואס דערשטיקן די טאטעס מיט אונטערשרייבן "אינטערנעט תקנות", ווערן דא שותפים לדבר עבירה און באנוצן זיך דערמיט בפרהסיא. ולא זו אף זו, האט זיך דאס אריינגעכאפט ממש אין די טשערי אן די טאפ, ביי די הייפעלע אידן אשר לא כרעו לבעל, די הייליגע געמיינדע פון סאטמאר! אנגעהויבן ביי מוסודת מהרז"ל פאריאר, און ליידער אפילו ביי די ערשטע לוחם - וואס האט נאך געהאקט אויף די אינטערנעט פאר עס איז בכלל געבוירן - ביי מוסדות מהר"א אין מאנטשעסטער. די ראשי הלוחמים פון וויזניץ האבן אויך נישט געקענט ביישטיין די נסיון און געמאכט א קאמפיין אנליין פאר זייער בית המדרש און בית שמש! די שוואנצנים האבן שוין לאנג געמאכט. א.א.וו. די הייליגע פשעווארסקער האט זיך געלאזט אריין נער'ן אין טמא'נעם נעץ, און געהאט א קאמפיין פאר זייער ביהמ"ד און לאנדאן.
לאן הגענו!
אבער ב"ה עד כאן. די געים איז אווער!
אחד היה אברהם, ה"ה כ"ק רבינו שליט"א פון דושינסקיא שליט"א פון ארה"ק האט ווי א העלד געמאכט א האסטיגן אפשטעל צו דעם געמיינעם אקט, און בשער בת רבים אפשגעשטעלט אין די לעצטע מינוט א העפטיגן אינטערנעט קאמפיין פאר זיינע מוסדות נאכן זיך דערוויסן אז דאס איז פארבינדן מיט די נעץ. מען האט נאר געמעגט איינקאסירן דאס געלד דורך די טעכנעלאגיע פון די טעלעפאן, און לכאורה א שבת גוי זאל דאס אפצייכנען אויף די געוועב. דא קען מען הערן זיין פייערדיגע דרשה. פון יענעם טאג, האט זיך דער וועלט אויפגעכאפט אז גענוג איז גענוג! ונאמר למלאך המשחית הרף. גענוג אידן זענען צוליב די אינטערנעט קאמפיינס געגאנגן לטמיון.
סאטמאר איז ארויס מיט א שטיצע פאר דער אקט מיט אן עפנטליכן בריוו.
די וויזניצער רבי'ס האט כפי השמיעה אויך מוחה געווען למפרע. מער נישטא קיין קאמפיינס ביי כלל ישראל!
דער עולם האט אויפגענומן די פאזאטיווע נייעס מיט גרויס פרייד, אפילו די וואס זענען שוין ליידער פארכאפט אינעם נעץ זעען אויך איין די גרויסע שמחה פון דעם שריט. פון היינט און ווייטער בין איך אין קאנטראל פון מיין אימעיל אדרעסס. פון היינט און ווייטער בין איך בעל הבית אויף מיין מעשר געלט, וואס וועט גיין פאר די אורחי פורחי וואס שלעפן זיך ארויף צו מיין טיהר, ווי איידער פאר מיינע געשוויסטערס קינדערס מוסודות.
גאוד ביי קאמפיינס!

הוסף רשומת תגובה