דער איראנער רעגירונג האט דערקלערט אז פון היינט און ווייטער וועלן די פארבליבענע אידישע בתי מדרשים און רעליגיעזע אנטשטאלטן מער נישט דארפן צאלן קיין יוטיליטי געלטער פאר עלעקטעריציטעט אדער וואסער, און וועלן ווערן גענצליך אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג, און אזוי ארום באקומען דעם זעלבן סטאטוס ווי די מעטשעטן וועלכע ווערן אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג. דאס קומט נאכדעם וואס די לאקאלע קהילות זענען שווער עפעקטירט פון די באנייטע סאנקציעס, און די קליינע צאל אידן קענען נישט מער אליין אויפהאלטן די שטייגנדע קאסטן. דער איראנער רעגירונג זוכט כסדר צו ווייזן אז זיי זענען פריינטליך צו די אידן, אלס א פראפאגאנדע מיטל צו פארבעסערן זייער אנזעהן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה