די טראָמפּ אַדוואָקאַט רודי דזשוליאַני האָט געזאָגט פאַר די "פאַקס ניוז סאָנדעי" אַנקער קריס וואַלאַס אַז פּרעזידענט טראָמפּ וועט זיין פנים-אל-פנים מיט די ספּעציעלע קאַונסלער ראַבערט מוללער "איבער מיינע טויטע קערפּער" לאור די נייע באָמבאַסטישע אַנטפּלעקונגען אין די פאַלשע סטעיטמענטס קעיס קעגן דעם געוועזענעם נאַציאַנאַלע זיכערהייט אַדווייזער מייקל פלין, וועמען דזשוליאַני האָט אָנגערופן "באַצווינגען" און "אונטערגעשטעלט". ער האָט אָבער צוגעלייגט אַז ער קען מעגליך זיין טויט...

אין אַ קריגערישע אהין און צוריק מיט'ן האָוסט קריס וואַלאַס, האט דזשוליאַני אויך צוריקגעצויגן זיין איבערגעקייטע טענה אַז טראָמפּ האט נישט געוואוסט איבער די לא-יחרץ געלט צאהלונגען צו צוויי פרויען וואס האבן אים באשולדיגט אין מיסברויכן וואס איז געמאכט געווארן דורך דעם געוועזענעם טראָמפּ אַדוואָקאַט מייקל קאָהען וואס פּראָקוראָרן האָבן באשולדיגט אז דאס האט געבראכן די קאמפיין פינאַנץ געזעצן.

דזשוליאַני האט שפעטער געזאגט אז טראָמפּ האט עווענטואל יא אויסגעפונען איבער די צאהלונגען און אלעס צוריקגעצאהלט צו דעם לויער, צולייגענדיג אַז קאָהען איז אַ "געהעריגע, פּאַטאַלאָגישע ליגנער" וואס האט עובר געווערן אויף די עטישע פּרינציפּן מיט'ן רעקאָרדירן זיין אייגענע קליענט פאַר עטלעכע שעה.

"יאָ, דעם מענטש זאגט ליגנט - איז דאס אַ איבערראַשונג צו דיר, אַז מייקל קאָהען זאָגט ליגנט?!" האָט דזשוליאַני געפרעגט מיט פאַטאָס. "דער מענטש האׂט זיך אויפגעשטעלט פאַר אַ ריכטער, און געזאָגט, 'איך בין געווען זייער געטריי צו דאַנעלד טראָמפּ '. ער איז נישט געווען זייער געטריי צו אים, ער האָט אים אָפּגעכאַפט!", ווי צו זאָגן אַז דאָס פרעגט אָפּ אַלעס וואָס קאָהען זאגט איבער זיין געוועזענעם קליענט.

קריס וואַלאַס האָט זיך אָבער נישט געלאָזט, און ווען דזשוליאַני האָט כסדר פאַרדרייט די שמועס אַז "אפילו אויב עס איז ווען יאָ אמת, איז עס נישט אומלעגאַל", האָט וואַלאַס צוריקגעפראַסקעט אַז מען רעדט דאָ נישט איבער די לעגאַליטעט פון די אַקט, נאר איבער די פאַקטן אַליינס, און אַז דזשוליאַני האַלט און איין טוישן זיין אייגענע מעשה. דזשוליאַני האָט געזאָגט אַז דאָס איז אַ נאָרמאַלע טאַקטיק פון לויערס אַז מען רעדט אַהער און אהין (ווי צו זאָגן אַז דאָס איז אַ געריכט וואו ער פּרובירט צו צומישן אֶ קעגענערישע עדות). אָבער וואַלאַס האָט געפאָדערט ער זאָל זיך האַלטן צו די טעמע.

דזשוליאַני האט זיך געראַנגלט צו פאַרטיידיגן טראָמפּ אויף אַ נעטוואָרק וואָס שטופט געווענליך אָפן דעם פּרעזידענט'ס אַגענדע, און מאַכט כסדר אַוועק קריטיק איבער זיינע אויפפירונגען און סקאַנדאַלן וואָס פּלאָגט די אַדמיניסטראַציע פון די טאָג וואָס ער האָט דערקלערט זיין קאַנדידאַטור.

ביי אַ געוויסע פּונקט האָט אים וואַלאַס אויפמערקזאַם געמאַכט אַז די פראַגע איז נישט איבער די פאַרלעסליכקייט פון קאָהען, נאָר איבער די פאַרלעסליכקייט פון פּרעזידענט טראָמפּ, און דערמאַנט אז טראָמפּ האַלט אין איין טוישן זיין ווערסיע צי ער האָט געוואוסט איבער די צאָהלונגען. ווען דזשוליאַני האט זיך געשפירט געדרוקט צום וואנט, האט ער ווידער אנגעהויבן מיט די פאַרטיידיגונג אַז "אפילו אויב עס איז ווען יאָ אמת, איז קיינער נישט באַגאַנגען קיין אומלעגאַלע אַקט".

ביי א צווייטע פונקט האט דזשוליאַני דעקלערט אז די קאָהען רעקאָרדונג ווייזט גאר אויף טראָמפּ'ס אומשולדיגקייט ווייל ער רעדט דארט פון באצאהלן מיט א טשעק, "איך האָב גע'משפט טויזנטער פאַרברעכן, קיינמאָל ווען אַ פּעימענט איז געמאַכט געוואָרן מיט אַ טשעק". אויסער וואס עס איז פאקטיש נישט אמת, איז עס אַ אויסגעדראָשענע טענה פון די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע אַז ווען עפּעס ווערט געטוהן לעיני כל, קען עס נישט זיין קיין פאַרברעכן...

וואַלאַס האָט שפּעטער געריכטעט זיינע קאָנפראָנטירענדע פראַגעס דירעקט צו דזשוליאַני, אויפברענגענדיג אַז דזשוליאַני האָט געזאָגט פאַר די "דעילי בּיעסט" אַז "קיינער איז נישט געשטאָרבן, קיינער איז נישט באַרויבט געוואָרן.. דאָס איז נישט קיין גרויסע פאַרברעך". וואַלאַס האָט דאַן פאַרלאַנגט אַז דזשוליאַני זאָל דעפינירן וואָס הייסן סתם אַ פאַרברעך, און וואָס הייסט אַ גרויסע פאַרברעך...", אָבער דזשוליאַני האָט געטוישט די טעמע צו די פאַקט אַז די ספּעציעלע פּראקוראָר ראַבערט מוללער האָט ערשט געדאַרפט זוכן קאָלושאָן און האָט גאָרנישט געטראָפן, און דאַן געזוכט פאַר אַבסטראָקשאָן און אויך גאָרנישט געטראָפן. וואַלאַס האָט אים געדאַרפט דערמאַנען אַז די סאַוטערן דיסטריקט אוו ניו יאָרק - וואו דזשוליאַני אַליינס האָט געדינט אַלס אַ יו.עס אטורני - האָט גאָרנישט צו טוהן מיט ראַבערט מוללער און האָט קיינמאָל נישט געפאָרשט בכלל די רוסישע קאָלושאָן קלאַגעס.

וואַלאַס האט דאן אריבערגעפירט די שמועס איבער מייקל פלין, און פּרעזידענט טראָמפּ'ס מיינונג איבער אים און יענעמ'ס פאַרלעסליכקייט. וואַלאַס האט אויפגעשפיעלט א ווידיא וואו טראָמפּ דרוקט זיך אויס אַז פלין איז נישט קיין ליגנער, נאָר מען האט אים איבערצייגט (לאל) אַז עס זאָגט ליגנט... ", און דאַן געוויזן אַ טוויט ווי טראָמפּ שרייבט אַז "ער האט געמוזט אָפּזאָגן פלין ווייל ער האָט ליגנט געזאָגט צו די ווייס פּרעזידענט און צו די עף.בי.איי."

"גלויבט די פּרעזידענט אַז פלין האָט געזאָגט ליגנט, אָדער נישט?" האָט וואַלאַס געפרעגט. דזשוליאַני איז געווען אַזוי צומישט אַז ער אויסגעבלאָזן אַ פולע מויל מיט לופט... ער האט אנגעהויבן אז "די פּרעזידענט ווייזט נישט אז פלין האט ליגנט געזאגט". אָבער וואַלאַס האָט אים דערמאַנט אַז טראָמפּ ווייסט זיכער וואָס פלין האָט געזאָגט צו די ווייס פּרעזידענט, האָט דזשוליאַני געענטפערט אַז "יאָ! דאָס איז געווען אַ ליגנט! אָבער דאָס איז נישט קיין פאַרברעך..." (וחוזר חלילה). וואַלאַס האָט אים נאָכאַמאָל געזאָגט אַז די רעדע איז נישט איבער די לעגאַליטעטן, נאָר איבער די פאַקטן צי פלין האָט ליגנט געזאָגט אָדער נישט. דזשוליאַני האָט אים געענטפערט אַז וואַלאַס צומישט דעם עולם (אשפג). וואַלאַס האָט אויפגעברענגט אַז וויבאַלד פלין האָט געזאָגט צו די עף.בי.איי. דאָס זעלבע וואָס ער האָט געזאָגט צו די ווייס פּרעזידענט, איז שוין יאָ געווען אַ פאַרברעך.

דער געוועזענער מעיאָר פון ניו יאָרק סיטי האָט זיך געוויצלט אַז ראַבערט מוללער וויל זיך אַראָפּזעצן מיט טראָמפּ צו דיסקוסירן אומבאַצאָהלטע פּאַרקינג טיקעטס...




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל