אין אן אינטערעסאנטע צופאל האבן זיך צוויי רויבערייען וואס זענען נעכטן פארגעקומען אין ניו יארק, געענדיגט גאר שלעכט, פאר די רויבער. אין איין פאל אין מאנהעטען ווען א כוליגאן האט ארויסגעכאפט א טעלעפאון פון א רייזנדער אויף א סאבוועי באן און פרובירט אריבערשפרונגען צו א צווייטע וואגאן אבער האט אראפגעטראסקעט צווישן די צוויי וואגאנען אויף די שינעס און אומגעקומען. און אין א צווייטע פאל האט א באנדיט באוויזן צו ארויסגנב׳נאן קעסטלעך ביר פון א פראכט באן אין האנטס-פוינט אבער ביים אנטלויפן מיט די סחורה, איז ער אריינגעלאפן אין א באן וועלכע איז געקומען פון די פארקערטע ריכטונג און אומגעקומען.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל