דער אטוירני דזשענעראל פון ברוקלין עריק גאנזאלעז האט געמאלדן, אז די ווילדע פארברעכנס ראטע איז דראסטישע געפאלן דעם פארלאפענען קאלענדער יאר, און אז צום ערשטן מאל אין 50 יאר וועט די צאל מערדערייען אין ברוקלין פאלן צו אונטער הונדערט. דערווייל זענען באריכטעט געווארן אין לויף פון 2018 אזוי פיל ווי 97 מארד פעלער, מיט א דראסטישע נידערונג אין ווילדע פארברעכן אין איסט פלעטבוש און אין קאני איילענד. אין מאנהעטען איז די צאל ווילדע פארברעכנס אויך שטארק געפאלן, אבער ווען עס קומט צו בראנקס און קווינס איז די מצב נישט אזוי גוט, און ביידע באראס האבן געזען א דראסטישע העכערונג אין מארד ראטעס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל