די סטאק מארקעט האט זיך היינט אנדערפרי געעפנט מיט א דראסטישע טראסק. דער דאו אינדעקס איז געפאלן מיט 596 פונקטן, און דער עס-ענד-פי מיט איבער 1.7%, און דער נאסדאק מיט איבער 2%, צוליב א שארפע טראסק אין עפל סטאקס. דערמיט זענען אלע אינדעקס געקומען צום זעלבן שטאפל ווי אין 2017.

דאס זענען אסטראנאמישע פארלוסטן, און בלויז טעכנאלאגיע סטאקס אליין האבן פארלוירן איבער א טריליאן דאלער אין ווערט. דאס קומט נאכדעם וואס נעכטן האט זיך דער דאו אויך געשלאסן מיט א פארלוסט פון 400 פונקטן, דאס האט געברענגט פילע סטאק סוחרים צו פארקויפן וואס האט געברענגט ווייטערדיגע פארלוסטן. און אנאליסטן האלטן אז דאס וועט אנהאלטן נאך א טאג ביז נאך טענקסגיווינג.

די פארלוסטן זענען געטריבן פון עטליכע פאקטארן, הויפטזעכליך צוליב א זארג אין די מארקעט אז די עקאנאמישער וואוקס פון די לעצטע יאר וועט זיך אויפהערן נאכדעם וואס עס וועט זיך אויפהערן די שטופ וואס זי האט באקומען פון די שטייער שניטן, און אזוי אויך די מעגליכקייט אז עס וועט געהעכערט ווערן די אינטערעסט ראטעס.

סטאק מארקעט פארדינסטן פון לעצטע יאר גענצליך אפגעווישט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל