די צענטערס פאַר דעזיז קאָנטראָל ענד פּרעווענטיאָן (סי.די.סי.) האָבן ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אמעריקאנער און קאַנאַדישע קאָסטומערס נישט צו עסן ראָומעין לעטוס נאָכדעם וואס 32 מענטשן אין 11 שטאַטן זענען אינפעקטירט געווארן מיט אי-קאָליי.

"די סי.די.סי. רעקאָמענדירט אַמעריקאנער קאָנסומערס נישט עסן קיין ראָומעין לעטוס, און געשעפטן און רעסטראַנטן זאלן עס נישט סערווירן אדער פארקויפן, ווילאנג מיר פארשן דעם אויסברוך. די אויספאָרשונג גייט אן און די רעקאָמענדאציע וועט ווערן אויפגעפרישט ווען מיר געפונען מער אינפאָרמאַציע", האט די אַגענטור געזאגט אין אַ פּרעסע מעלדונג.

דרייצן מענטשן זענען אין שפיטאל, אַריינגערעכנט איין מענטש וואס האט אַנטוויקלט ניר פעילור, האט די אַגענטור געזאגט, צולייגענדיג אַז קיין טויט-פאלן אין נאכנישט געמאלדן געווארן.

אין קאַנאַדע, האט די פּובליק געזונט אַגענטור אידענטיפיצירט 18 מענטשן וואס זענען אינפעקטירט געווארן מיט די זעלבע אי-קאָליי אינפעקציע סטרעין, די אָו-157:עידזש-7 באַקטעריע, אין צוויי פראווינצן, אָנטעריאָ און קוועבעק, לויט צו די סי.די.סי. סטעיטמענט.

די אַגענטור האט געזאגט אַז די קראנקע אין דעם אויסברוך זענען אינפעקטירט דורך די זעלבע סטרעין ווי פּאַציענטן פון אַ 2017 אי-קאָליי אויסברוך צוגעבינדן צו גרינצייג בלעטער אין די פאַראייניגטע שטאַטן און ראָומעין לעטוס אין קאַנאַדע, אָבער איז נישט פארבונדן צו די לעצטיגע אי-קאָליי אויסברוך.

היט אייך פון ראָומעין לעטוס


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל