אריזאנע – פעדעראלע געזונטהייט באאמטע ווארענען, אז מען זאל נישט קויפן און נישט עסן קיין שום ראומעין לעטוס, נאר אויב מען ווייסט הונדערט פראצענטיג אז עס איז נישט געוואקסן אין יומא, אריזאנע. די ווארענונג קומט צוליב אן אי-קאליי פארשפרייטונג אין ראומעין לעטוס, וואס דערווייל זענען 53 מענטשן אין זעכצן סטעיטס שוין אפעקטירט געווארן. די גרעסטע איז עס פארשפרייט אין איידעהא, מאנטענא, ניו דזשערסי און פענסילוועניע, און 31 פון די מענטשן האבן געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג. ביז יעצט איז די ווארענונג געווען נאר ספעציפיש איבער "טשאפּד" ראומעין לעטוס, אבער די באאמטע האבן עס אויסברייטערט אויף אלע סארטן ראומעין לעטוס פון דעם דערמאנטן לאקאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל