גאווערנאר קאומאו פון ניו יארק וועט זיך טרעפן היינט מיטוואך מיט פרעזידענט טראמפ, צו לייגן דרוק אויף אים, אז ער זאל באשטעטיגן פעדעראלע הילף פאר די "געיטוועי פראיעקט", וואס רעכנט אריין דאס בויען א נייע טונעל אונטער דעם האדסאן טייך, צווישן ניו יארק און ניו דזשורזי.

דער טראמפ אדמיניסטראציע האט אפגעשטעלט פארזוכן אריינצולייגן דעם פראיעקט אין דעם גרויסן ספענדינג ביל פון פאריגעס יאר, אבער די אדמיניסטראציע האט אבער קלארגעשטעלט אז זיי האבן גארנישט אנטקעגן דעם פראיעקט זעלבסט.

קאומאו האט זיך אויסגעדרוקט אז דאס איז נישט קיין פארטייאישע נושא, נאר א מוז. דערווייל האבן זיך ניו יארק און ניו דזשורזי פארפליכטעט צו דעקן 13 ביליאן דאלער, אבער עס פעלט זיך אויס נאך פעדעראלע הילף, און קאומאו האפט אז מיט דער איצטיגער באגעגעניש וועט ער קענען שאפן די פעדעראלע געלטער וואס פעלט אויס צו פינאנצירן דעם פראיעקט.

דער גאווערנער האט געלאזט מאכן א ווידיא (זעה אונטן) אויף צו איבערצייגן דעם פרעזידענט איבער די נויטיגקייט פונעם פראיעקט.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל