ווי עס איז נעכטן באריכטעט געווארן, האט דער רוסישער מיליטער פארכאפט אוקראינער נעווי מאטראזן אינעם טרענטש וואסער וועג, דער איינציגסטער וואסער וועג וואס גיבט פאר די אוקראינער א אפענער וועג צום שווארצן ים, נאכדעם וואס זיי האבן זיך - לויט די רוסן - נישט אפגעשטעלט פאר אונטערזוכונגען.

אין א פרישע אנטוויקלונג וואס קען נאך מער אויפרייצן די געמיטער, האט רוסלאנד ארויסגעשטעלט די פארכאפטע אוקראינער מאטראזן אויף דער רוסישער נאציאנאלער טעלעוויזיע, און געצייגט ווי די אוקראינער מאטראזן טוען זיך אנטשולדיגן פאר'ן פראוואקירן דער רוסישער מיליטער.

אן אוקראינער נעיווי קאמאנדיר האט שארף אראפגעריסן דעם רוסישן טאקטיק, און אנגעוויזן אז די מאטראזן זענען זיכער געצוואונגען געווארן אזוי צו זאגן און ווערן גענוצט פאר רוסישע פראפאגאנדע צוועקן.

מערב וועלט לענדער האבן פארדאמט רוסלאנד פאר'ן זיך באנוצן מיט מאכט. דער אוקראינער פארלאמענט האט רעאגירט מיט דער צושטימונג צו זייער פרעזידענט'ס פארשלאג, איינצושטעלן מארשאל געזעץ, עפעס וואס וועט געבן מער מאכט פאר דער אוקראינער מיליטער זיך צו באשיצן פון ווייטערדיגע רוסישע אגרעסיעס.

געצווינגענע וידוי פון די פארכאפטער מאטראזן
געצווינגענע וידוי פון די פארכאפטער מאטראזן

פארכאפטער מאטראז געפירט אין קייטן, קעגן אינטערנאציאנאלע געזעצן
פארכאפטער מאטראז געפירט אין קייטן, קעגן אינטערנאציאנאלע געזעצן

מאפע
מאפע

מארשאל געזעץ
מארשאל געזעץ


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל