כאפט אריין נאך אפאר שעה כי פנה יום...!!!

קינדער פארכאפט ביי אראבער ר"ל, אינטערווענץ פון סאטמאר, הרב שך, און הרה"ק מריבניץ זי"ע

די שפאנענדע געשיכטע גייט צוריק איבער 30 יאר, ווען א אידישע טאכטער אין ארצינו הקדושה איז ליידער פארכאפט געווארן אין א שווערע טראגישע פעקל. ווי עס איז צייגט די ערפארונג ביי די העראאישע עסקנים אין אזעלכע פאלן, זענען ליידער פארהאן אראבישע רשעים וואס לאקערן אויף אזעלכע מצבים, און ביז וואס ווען איז די אידישע טאכטער געווארן פארכאפט דורך אן אראבישע פאמיליע אין א ווייטע דערפל נעבן חיפה, וואו זי האט נעבעך דורכגעלעבט שבעה מדורי גיהנם יארן לאנג אן קיין מעגליכקייט פון ארויסקומען אליינס אדער מיט אירע קינדער בדרך הטבע.

איין טאג האט זי באקומען א רוף פונעם ארבייטס פלאץ וואו דער אראבער האט געארבייט, זאגנדיג אז יענער האט געארבייט אויף לעבעדיגע ווייערס און האט באקומען אזא עלעקטריק שאק פון הויכע וואלטעזש אז ער איז געשטארבן אויפ'ן פלאץ.

די פרוי האט שוין לאנג געהאט געהערט פון "יד לאחים," אבער זי האט געציטערט פאר איר לעבן עפעס צו טאן וועגן איר מצב צווישן די אראבער. יעצט נאך יענעמ'ס טויט, האט זי שוין געוואלט לויפן מיט די קינדער און ארויסקומען פון די ביטערע צרה. זי האט געציטערט און געציטערט, ביז איין טאג האט זי גענומען דעם מסירת נפש'דיגן קוראזש און אנטלאפן מיט אירע קינדער, אין איין צי, ביז די טיר פונעם "יד לאחים" אפיס אין חיפה, אויסברעכנדיג דארט אין א יאמערליך געוויין. די עסקנים אויפ'ן פלאץ האבן זיך זאפארט פארנומען מיט ראטעווען די מאמע און קינדער, און זיי אפגעפירט צו א "פארזיכערטע הויז" ערגעץ וואו אין ארצינו הקדושה.

ווען די אראבישע פאמיליע פונעם פארשטארבענעם גוי האט נישט געוואלט אויפגעבן אויף די פרוי און קינדער, נאר זיי געזוכט גאר געפארפול, זענען די עסקנים געגאנגען צו הרב שך זצ"ל פרעגן דרינגענד וואס צו טאן. הרב שך האט געזאגט פאר די עסקנים קורץ און שארף: ארויספירן די מאמע און קינדער קיין אמעריקע, און אריינגעבן די קינדער אין די סאטמארער מוסדות החינוך אין וויליאמסבורג...!

על פי הוראות גדולי ישראל זענען די קינדער עווענטועל געווארן אריינגענומען ביי חשובע משפחות מיט'ן גרעסטן געטריישאפט ווי אייגענע, און באקומען דעם ריכטיגן חינוך הטהור, אזוי ארום האט מען אפגעראטעוועט די מאמע און די חשובע קינדער אויפ'ן גרעסטן פארנעם ברוחניות ובגשמיות...!

זייענדיג אין אמעריקע, זענען די עסקנים פון "יד לאחים" אריין לקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל, און הערנדיג די מעשה נורא האט ער זיי באלד געגעבן א סכום הגון צו קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש. ווען די עסקנים האבן געזאגט אז זיי ווילן ליבערשט א "ברכה" פאר די הייליגע ארבייט מיט די קינדער אין די סאטמארער מוסדות, האט דער ברך משה געגעבן גאר ווארימע ברכות, אבער אויך געזאגט אז ער וויל האבן די זכי' צו העלפן יד לאחים און די קינדער מיט געלט.

למעשה, איז געווען זייער שווער צו טרעפן א ווארימע משפחה פאר איינעם פון די קינדער, ביז א גאר חשובע משפחה האט געהערט וועגן דעם ספעציעלן פאל און זיך אנגעטראגן, ממש זיך געבעטן, צו קענען האבן די זכי' אריינצונעמען דעם קינד. די משפחה האט שוין געהאלטן ביי איבער פופצן יאר נאך די חתונה, און נאך אלץ נישט זוכה געווען צו א קינד. דער יונגערמאן וזוגתו זענען געגאנגען צום הייליגן ריבניצער רבי'ן, בחיים חיותו, זיך מזכיר זיין לזש"ק, און דער הייליגער צדיק האט זיי מבטיח געווען אז אין זכות פון ארייננעמען א קינד און אים אויפציען בדרך הטובה והישרה ממש ווי אן אייגענס, וועלן זיי אי"ה געהאלפן ווערן מיט א קינד!

מרן הקדוש מריבניץ זי"ע, וועמענ'ס יומא דהילולא פאלט אויס היינט אסרו חג סוכות כ"ד תשרי, איז געווען פון די גרעסטע מעודדים און מחזקים פון "יד לאחים," ער איז געקומען צו די מסיבות פון יד לאחים, צוגעהאלפן ביי יעדע געלעגנהייט בגוף ובממון, און משפיע געווען געוואלדיגע ברכות פאר אלע וואס האבן די זכי' זיך משתתף צו זיין אין די מסירת נפש ארבייט און פדיון שבוים פון יד לאחים.

די חשובע משפחה איז געווען גאר פאסיג פאר'ן געראטעוועט קינד, און ווייניגער ווי א יאר דערויף איז די פארפאלק געהאלפן געווארן מיט א מיידעלע תחי', ווי די הבטחה פון מרן הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו.

ביים היינטיגן טאג זענען די אלע קינדער, וואס יד לאחים האט אפגעראטעוועט מיט אזויפיל סייעתא דשמיא, שוין הערליך חתונה געהאט, ראשי בית אב צו הערליכע אידישע שטיבער, בתים נאמנים בישראל, בדרך התורה והחסידות לתפארת בית ישראל עד ביאת הגואל.

לעילוי נשמת מרן הגה"ק מריבניץ, רבי חיים זאנוויל בן רבי משה, זכותו יגן עלינו.

כאפט אריין בעוד פנה יום!

איר קענט אריינפילן די אינפארמאציע אויף נעמען להזכרה ביים הייליגן ציון פון ריבניצער רבי'ן זי"ע

לזכותים פון שידוכים – זרע של קיימא – רפואה – פרנסה – וכל מילי דמיטב

פועלט אלעס גוטס!

👈 https://goo.gl/XBDhyr

דער הייליגן ריבניצער רבי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל