א בלומבערג באריכט צייגט, אז אסאך מאשינען וואס זענען געמאכט געווארן דורך אמעריקאנער פירמעס, אריינגערעכענט עפל און עמעזאן, איז פארהאן א שטארקע מעגליכקייט אז עס איז אונטער אבזערוואציע דורך די כינעזער רעגירונג, דורכדעם וואס כינע האט אריין געלייגט קליינטשיגע טשיפס, אינדערצייט פונעם פראדוצירונג.

די טשיפס סקאנדאל איז געווען א העכסט געהיימע אויספארשונג אין די אמעריקאנער רעגירונג זייט 2015, אז זיי זענען גענוצט געווארן צו זאמלען אינפארמאציע און קלאסיפיצירטע האנדל טאקטיקן, פון אמעריקאנער פירמעס.

 עפל, עמעזאן און סופער מייקראו, זענען אלע ארויסגעקומען זאגענדיג אז די סקאנדאל איז געבויט אויף נישט ריכטיגע אינפארמאציע. עפל האט אויך צוגעלייגט, אז זיי האבן נישט געפונען די טשיפס.

בילד


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל