דער פענטאגאן האט היינט קלארגעשטעלט א פריערדיגע באריכט איבער א פעקל וואס האט אנטהאלטן רייסין סם, זאגנדיג אז דאס איז געווען א טעות. די גרייז האט געשטאמט פון דעם וואס דאס פעקל האט געהאט ״קעסטאר״ קערנדלעך, וועלכע ווערט גענוצט אויף צו פראדוצירן דעם שעדליכן סם. די קערענדלעך זענען אויך געשיקט געווארן צום פרעזידענט און צום פארטיידיגונס סעקערטאר זשעימס מעטיס. די עף-בי-איי זאגט אז זיי האבן אידענטיפיצירט ווער עס איז געשטאנען דערונטער, און ער געפונט זיך אונטער ארעסט און ווערט אויסגעפארשט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה