דער ״ניו יארק טיימס״ האט נעכטן אויפגעדעקט אז די אמעריקאנער שפיאנאזש געמיינדע איז שטארק באזארגט איבער דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אפגעווארפן די נארמאלע זיכערהייט סטאנדארטן און באנוצט זיך מיט א פריוואטער סעלפאון קעגן די רעקאמענדאציעס פון זיינע זיכערהייט ראטגעבער.

דער פרעזידענט האט זיך אנטזאגט צו אויפגעבן זיין פריוואטער סעלפאון ביים אריינקומען אין אמט, און ער נוצט עס רעגלמעסיג צו שמועסן מיט זיינע פריינט, און לויט שפיאנאזש קוועלער האבן די רוסישע און כינעזער שפיאנאזש געמיינדע צוטריט צו דעם אומפארזיכערטן טעלעפאון און האבן זיך אונטערגעהערט שמועסן פונעם פרעזידענט איבער סטראטעגישע אנלעגנהייטן.

דאס זיך אונטערהערן דעם פרעזידענט׳ס געשפרעכן האט געגעבן פאר כינע אן אויבערהאנט אין די עקאנאמישע פארהאנדלונגען און אנדערע אינטערנאציאנאלע אנלעגנהייטן, ווייל זיי האבן געוויסט וואס דער פרעזידענט פלאנט און אויך מיט וועמענ׳ס מיינונג דער פרעזידענט רעכנט זיך און אזוי ארום פרובירן צו באאיינפלוסן דעם פרעזידענט דורך זיינע פריינט וועלכע האבן ביזנעס אינטערעסן אין כינע.

לויט׳ן באריכט גלייכט נישט דער פרעזידענט צו שמועסן מיט זיינע פריינט דורך דעם געהעריגן ווייסן הויז טעלעפאן, אבער דער פרעזידענט האט אפגעלייקנט דעם באריכט און געזאגט אז ער נוצט בלויז געהעריגע רעגירונג טעלעפאנען, און איין רעגירונג סעלפאון וואס ער נוצט גאר זעלטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל