נאכדעם וואס סאודי אראביע האט געלייקנט אז קאשוגי איז געשטארבן האבן זיי ענדליך מודה געווען אז ער איז יא געשטארבן אבער געזאגט אז עס איז געווען א טראגישע טעות נאכדעם וואס ער האט זיך צואמפערט מיט די גרופע סאודיער אגענטן, אבער היינט האט דער סאודיער פראקוראר געמאלדן אז דער מארד איז אייגנטליך יא געווען געפלאנט.

דער פראקוראר האט געזאגט אז סאודי אראביע נעמט אן די רעזולטאטן פון א טערקישע אויספארשונג וואס צייגט אז עס האנדלט זיך פון א געפלאנטן אטאנטאט, און די מערדער האבן פון אנהויב אים געפלאנט צו אומברענגן און נישט בלויז פארכאפן און ברענגען קיין סאודי אראביע, און אז עס וועלן געברענגט ווערן מארד קלאגעס קעגן די 18 ארעסטירטע אין די קעיס.

די סאודיער זוכן דערמיט צו פארלויפן דעם וועג פאר וואשינגטאן וועלכע האט זיך געגרייט צו מאכן א סטעיטמענט צו באשולדיגן סאודי אראביע, און בעיקר ווילן זיי פארזיכערן אז די שולד פאלט נישט אויפ׳ן קרוין-פרינץ מוכאמאד בין-סאלמאן, אבער אנאליסטן און עקספערטן האלטן אז עס איז אוממעגליך אז דער קרוינפרינץ איז נישט געווען פערזענליך פארמישט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל